וואשינגטאן – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן געזאגט, אז די אמעריקאנער רעגירונג איז אין דירעקטער פארבינדונג מיט דער רעגירונג אין צפון קארעא, אין א פרישן פרואוו אנצוהייבן געשפרעכן מיט'ן ציל צו בארואיגן די אנגעצויגענע געמיטער צווישן די צוויי זייטן, צו פארמיידן א דירעקטע מיליטערישע קאנפליקט, וואס וועט זיין קאטאסטראפאל אויב ס'קומט אן דערצו.

טילערסאן זאגט אז אמעריקע פארמאגט דריי באזונדערע קאמיוניקאציע קאנאלן צווישן וואשינגטאן און פיאנגיענג, און עס ווערט נישט געפירט מיט א דריטן-לאנד, נאר די צוויי לענדער קאמיוניקירן דירעקט איינער מיט'ן צווייטן. טילערסאן'ס ווערטער זענען געקומען ביי א באזוך אין כינע, וואו ער האט פרובירט צו מאכן בלאס די אנגעצויגנקייט פון אנדערע לענדער אינעם ראיאן וואס זארגן אז מ'שטייט ביים שוועל פון א קריג.

בילד: אמעריקע אין דירעקטער קאמיוניקאציע מיט צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל