פאריז – אכט פארשוינען, וועלכע געהערן צו אן עקסטרעם-רעכטע מיליטאנטן גרופע, זענען אנגעקלאגט געווארן מיט טעראר קלאגעס, נאכדעם וואס פראנצויזישע פראקורארן האבן אויפגעדעקט אז די גרופע האט פלאנירט א סעריע אטאקעס קעגן מוסולמענער מעטשעטן, פאליטישאנס און פליטים. לויט א סטעיטמענט פון די פראנצויזישע יוסטיץ באאמטע, זענען 3 פון די אכט אנגעקלאגטע יונגער ווי זיבעצן יאר, און זיי געהערן צו א רעלאטיוו-נייע באנדע וועלכע האט זיך פארמירט אין פראנקרייך ממש מיט געציילטע חדשים צוריק, אלס רעזולטאט פון די וואלן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן אין לאנד, וואו די עקסטרעם-רעכטע "נעשאנעל פראנט" פארטיי האט פארפעלט אריינצוקומען מיט א גאר שטארקע מאכט, טראץ וואס זיי האבן יא באוויזן צו געווינען א שיינע ציפער פארלאמענט זיצן. פראקורארן גלייבן אז די גרופע האט פלאנירט ארויסצוצווינגען געלטער פון רייכע ביזנעסלייט, און נוצן די געלטער צו קויפן וואפנס, און די וואפנס האבן זיי געזאלט נוצן אין זייערע אטאקעס.

בילד: 8 רעכטע פראנצויזן פלאנירט טעראר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל