קרית יואל וועט באַקומען 1,247,700 דאָלער

אָלבאַני. — גאָווערנאָר קואָמאָ האָט געמאָלדן, נאָענט צו 34 מיליאָן דאָלער אין גרענטס צו העלפן 24 וויכטיגע טרונק וואַסער און וועיסטוואָטער אינפראַסטרוקטור פּראָיעקטן אין די מיד-האָדסאָן וואַלי.

די גרענטס זענען טייל פון אַ 255 מיליאָן דאָלער סטעיטווייד אינוועסמענט, פינאַנצירט דורך די סטעיט'ס העכסטע סוקסעספולע "וואָטער אינפראַסטרוקטשור אימפּראָוועמענט עקט", אונטער אַ דריי-יעריגן סטעיט פּראָגראַם וואָס שענקט גרענטס צו מוניציפּאַליטעטן פאַר פאַרבעסערונגען צו זייער וואַסער און סוער סיסטעמען.

קואָמאָ זאָגט, אַז אינוועסטירן היינט אין וואַסער אינפראַסטרוקטור איז דער שליסל צו וואוקס און שפע אין דער צוקונפט. ער האָט צוגעגעבן, אַז די גרענטס וועלן העלפן לאָקאַלע רעגירונגען צו מאַכן פאָרשריט אין וויכטיגע פּראָיעקטן וואָס וועט באַשיצן נאַטורליכע מיטלען, פאַרלייכטערן אָנגעצויגנקייט אויף בודזשעטן און פּראָפּערטי–טעקסעס, און העלפן שאַפן שטאַרקערע געמיינדעס אין האָדסאָן–וואַלי און לאָנג–איילענד.

אונטער די 2.5 ביליאָן דאָלער "קליען וואָטער אינפראַסטרוקטור עקט" פון 17 ', וועכלע איז געמאָלדן געוואָרן דורך גאָווערנאָר קואָמאָ אין אַפּריל, זענען די גרענטס טייל פון אַ 255 מיליאָן דאָלער אין פאָנדן צוגעשטעלט פאַר מוניציפּאַליטעטן איבער די סטעיט צו העלפן קריטישע וואַסער קוואַליטעט אינפראַסטרוקטור פּראָיעקטן. דאָס האָט אויך ערמעגליכט 30 מיליאָן דאָלער פאַר די נייע "אינטערמוניסיפּעל וואָטער אינפראַסטרוקטשור גרענטס פּראָגרעם", וואָס גיט גרענט–געלט פאַר צוויי אָדער מער מוניציפּאַליטעטן וועלכע האָבן געמיינזאַמע וואַסער קוואַליטעט אינפראַסטרוקטור.

אין די מיד-האָדסאָן וואַלי, וועלן כמעט 34 מיליאָן דאָלער אין גרענט פאָנדס הייבן 123 מיליאָן דאָלער אין טאָטאַלע פּראָיעקט קאָסטן וואָס וועט צושטעלן איבער 64 מיליאָן דאָלער שפּאָרונגען פאַר שטייער–צאָלער. די אינוועסמענט וועט אויך שאַפן 2,000 דזשאַבס לענגאויס די געגנט. זייט 15 ', אַריינגערעכנט די לעצטע רונדע פאָנדס, האָבן געמיינדעס אין די מיד-האָדסאָן וואַלי ערהאַלטן אַ סך–הכל פון 68 מיליאָן דאָלער אין "וואָטער אינפראַסטרוקטשור אימפּראָוועמענט עקט" גרענט פאָנדס.

די פּראָיעקטן וואס זענען נאָרוואס געמאָלדן געוואָרן, וועלן פאַרשטאַרקן די טרונק–וואַסער און וועיסטוואָטער אינפראַסטרוקטור אין די מיד-האָדסאָן וואַלי אין עטליכע וועגן, אַריינגערעכנט: אַפּגרעידס און ערזעצונגען פאַר טרונק–וואַסער סיסטעמען, פילטרעישאָן סטעישאָנס און וואַסער פּייפּס, ווי אויף די אויפבוי אָדער אויסבעסערונגען פון וועיסטוואָטער טריעטמענט פּלענטס, פּאָמפּ סטעישאָנס, און סוער סיסטעמס.

אין צוגאָב צו גרענטס, גיט "אי–עף–סי" אינטערעסט-פרייע און נידעריגע-אינטערעסט הלוואות צו געמיינדעס צו ווייטער רעדוצירן די קאָסטן פון אינפראַסטרוקטור פּראָיעקטן. די גרענטס זענען ערוואַרט צו זיין אין צוגאָב צו קרוב צו 86.5 מיליאָן דאָלער אין אינטערעסט-פרייע און נידעריגע-אינטערעסט הלוואות, צושטעלנדיג אַ מער פינאַנציעל–דויערהאַפטע אינוועסמענט פאַר די געמיינדעס.

ניו יאָרק סטעיט שטייט די העכסטע אויפ'ן נאַציאָנאַלן שטאַפּל מיט די גרעסטע יערליכע אינוועסמענטס אין וואַסער-קוואַליטעט אינפראַסטרוקטור פון סיי–וועלכע סטעיט. זייט 11 ', האָט ניו יאָרק אינוועסטירט אומגעפער 9 ביליאָן דאָלער אין וועיסטוואָטער און אין טרינקען–וואַסער גרענטס, נידעריגע און אינטערעסט-פרייע הלוואות, ווי אויך צו רי-פיינענסינג הלוואות. ניו יאָרק איז די גרעסטע איבער'ן לאַנד מיט אַ יערליכע אינוועסמענט אין וואַסער-קוואַליטעט אינפראַסטרוקטור.

צווישן די איבריגע מיד–האָדסאָן מוניציפּאַליטעטן, וועט קרית יואל באַקומען אַ גרענט פון 1,247,700 דאָלער, פאַר אַ פּראָיעקט וואָס ווערט געשאַצט צו קאָסטן 4,990,800 דאָלער. די וואַשינגטאָנוויל ווילעדזש וועט באַקומען 3,240,377 דאָלער פאַר אַ נייעם סוער פּראָיעקט וואָס ווערט געשאַצט צו קאָסטן 12,961,508 דאָלער.

בילדף 34 מיליאָן דאָלער אין סטעיט גרענטס פאַר וויכטיגע וואַסער אינפראַסטרוקטור אויסבעסערונגען אין מיד–האָדסאָן וואַלי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל