וואשינגטאן – נעכטן איז פעסטגעשטעלט געווארן אז "טראמפקעיר", דער ביל וואס רעפובליקאנער אינעם סענאט ווילן באשטעטיגן צו אנולירן טיילן פון אבאמאקעיר, איז אפיציעל טויט, טראץ וואס די רעפובליקאנער ווילן עס נאכנישט מודה זיין אפענערהייט. די רעפובליקאנער פארמאגן 52 סענאט זיצן, וואס באדייט אז זיי קענען זיך ערלויבן צו פארלירן 2 שטימען אויפ'ן ביל, וואס דאן וועט עס באקומען 50 שטימען און וויצע פרעזידענט פענס וועט אריינגעברענגט ווערן צו זיין די 51'סטע שטימע אויף צו באשטעטיגן דעם ביל. ווי געמאלדן נעכטן, האט סענאטאר מעקעין שוין געמאלדן זיין אפאזיציע, וואס האט באדייטעט אז אינאיינעם מיט סענאטאר רענד פאול, וועלכער האט זיך שוין פאריגע וואך ארויסגעשטעלט דערקעגן, האט דער ביל בלויז געהאט 50 מעגליכע שטימען, און נעכטן האט עס אויך דאס פארלוירן, ווען סענאטאר טעד קרוז און סענאטארשע סוזען קאלינס, האבן ביידע געמאלדן אז זיי וועלן שטימען דערקעגן, באדייטנדיג אז עס זענען בלויז דא מעגליכע 48 שטימען פאר'ן ביל, ווייט פון גענוג וויפיל עס דארף זיין דאס צו קענען באשטעטיגן.

בילד: טראמפקעיר ביל אפיציעל דערנאך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל