אָלבאַני. — רוב סקול–דיסטריקטס אין אָרענדזש, אָלסטער און סאָליווען קאַונטיס האָבן אין די וואָכן שוין אַרויסגעשיקט זייער לעצטע טעקס–בילס. אָבער די פראַגע איז ווי לאַנג וועט נעמען פאַר די סטעיט אַרויסצושיקן די 'סטאַ"ר' טשעקס צו די נייע היים–אייגענטימער?

עס איז שוין דאָס צווייטע יאָר זייט די סטעיט "טעקסעישאן ענד פיינענס דעפּאַרטמענט" האָט איינגעשטעלט אַן ענדערונג אין די 20 –יעריגע טעקס-רעליעף פּראָגראַם, וואָס פאַרלאַנגט אַז נייע 'סטאַ"ר' היים–אייגענטימער מוזן זיך רעגיסטרירן ביי די סטעיט צו באַקומען זייערע ריבעיט טשעקס אַנשטאָט צו באַקומען זייער רעדוקציע פון די סקול–טעקסעס. די ענדערונג איז דורך זייער שוואַך דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, לאָזנדיג היים–אייגענטימער וואַרטן לאַנגע חדשים פאַר זייערע טשעקס וואס האָבן געזאָלט אַרויסגעשיקט ווערן אין סעפּטעמבער, כדי זיי זאָלן קענען נוצן דאָס געלט צו העלפן באַצאָלן זייערע טעקסעס.

די אָנגעלייגטע אַרבעט ביי די טעקסעישאן דעפּאַרטמענט איז פיל שווערער דאָס יאָר, ווייל זי מוז אויסרעכענען שטייער שפּאָרונגען און אַרויסשיקן טשעקס צו צענדליגער טויזנטער היים–אייגענטימער וועלכע האָבן זיך רעגיסטרירט דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, אָבער אויך פאַר אַ פאַרפלייצונג פון פרישע שטייער–צאָלער וועלכע האָבן געקויפט זייערע הייזער דעם פאַרגאַנגענעם יאָר.

עס איז דערווייל אומבאַקאַנט וויפיל מענטשן עס וואַרטן נאָך פאַר די טשעקס פונעם פאַרגאַנגענעם יאָר. סטעיט באַאַמטע זאגן אַז זיי האָבן שוין אַרויסגעשיקט 130 טויזענט טשעקס פאַר'ן פאַרגאַנגענעם יאָר, אָבער האָט נישט געוואָלט זאָגן וויפיל אַפּליקאַציעס זיי נאָך האָבן נישט איבערגעקוקט.

זייט דעם פאַרגאַנגענעם יאַנואַר האָט דילאָקאַלע פּרעסע באַריכטעט, אַז עס זענען  פאַראַן אָרענדזש–קאַונטי און אָלסטער–קאַונטי איינוואוינער וועלכע וואַרטן נאָך פאַר 'סטאַ"ר' טשעקס וואָס לויפן פון 932 דאָלער ביז אַזוי הויעך ווי 1,600 דאָלער. ענדגילגטיג האָט די סטעיט אַרויסגעשיקט טשעקס פון 4 ביז 7 חדשים שפּעטער, אַלס רעזולטאַט פון די פּרעסע טומל.

קורט סטשובערל — דער 'עסעסאָר' פון טאַון–אָוו–שאַוואַנקאָק פאַר מער ווי 30 יאר און אַ געוועזענער פּרעזידענט פון די ניו יארק סטעיט  עסעסאָרס אַסאָסיעישאָן — איז נישט אָפּטימיסטיש אַז די היי–יעריגע טשעקס אויסטיילונג וועט גיין אַסאַך גלאַטיגער, אָנווייזענדיג אויף די שטייגענדע צאָל אַפּליקאַנטן.

"אויב איר קענט נישט באַהאַנדלען מיט 100 טויזענט, וויאַזוי קענט איר דורכפירן 200 טויזענט?", האָט ער געפרעגט. ער האָט אָנגעוויזן, אַז די טעקסעישאן דעפּאַרטמענט האָט לעצטנס געראָטן די סקול–דיסטריקטס צו פארשנעלערן זייער נייע שטייער–ראַטעס, כדי זי זאָלן קענען אָנהייבן אויפאַרבעטן די  טשעקס, אָבער די זייגער לויפט פאָראויס, און זיי וועלן מוזן ענדיגן די אַרבעט אין צייט כדי מענטשן זאָלן קענען באַצאָלן זייערע טעקס–בילס.

די ניו יאָרק "סטעיט טעקס רעליעף" פּראָגראַם (סטאַר) איז געשאַפן געוואָרן אין 97 ' דורך די געזעצגעבער און דער דעמאָלטדיגער גאָווערנאָר פּאָטאַקי צו פאַרלייכטערן די סטעיט'ס הויכע פּראָפּערטי–טעקסעס, דורך אָפּשיבן אַ טייל פון היים–אייגענטימער'ס סקול–טעקסעס צו אָלבאַני. אונטער דעם פּראָגראַם, רעכענען די סקול–דיסטריקטס נידעריגערע שטייערן פאַר קוואַליפיצירטע היים–אייגענטימער באַזירט אויף אַ רעדוקציע אין זייער טעקסעבל היים–ווערד, און דערנאָך צאָלט די סטעיט צוריק פאַר סקול–דיסטריקטס דעם דיפערענץ אין שטייערן וואָס זיי האָבן נישט גערעכענט פאַר די היים–אייגענטימער. עלטערע בירגערס באַקומען אַ פיל גרעסערע רעדוקציע ווי די געווענליכע 'סטאַ"ר' געניסער.

ביז יעצט פלעגן די סקול–דיסטריקטס באַקומען אין אַלגעמיין רובֿ אָדער דאָס גאַנצע געלט פון זייערע 'סטאַ"ר' צאָלונגען פון דער סטעיט אין יאַנואַר, דריי חדשים נאָכ'ן קאַסירֿן די שטייערן . אָבער דאָס האָט געברענגט אַז דאָס וואַרטן פאַר די 'סטאַ"ר' צאָלונגען האט דערפירט צו געוויסע שוועריקייטן פאַר די סקול–דיסטריקטס וועלכע זענען זייער שטאַרק אָנגעוויזן אויף די לאָקאַלע אייננאַמעס (קעגן די סטעיט הילף), און טיילמאָל דאַרפן זיי נאָכגיין קורץ–טערמיניגע הלוואות כדי נאָכצוקומען די אויסגאַבן פריער אין דער סקול–יאָר, איידער די 'סטאַ"ר' צאָלונגען קומען אָן.

סיי די אַסעמבלי און סיי די סענאַט האָבן געשטימט היי–יאָר צו אַנולירן דעם נייעם טשעק סיסטעם, אָבער האָבן דאָס נאָכגעגעבן אין די בודזשעט פאַרהאַנדלונגען מיט די קואָמאָ אַדמיניסטראַציע. אָבער די בודזשעט פאַרהאַנדלונגען האט אַריינגענומען אַ פּראָוויזשאָן וואָס איז פאַרלאַנגט געוואָרן דורך די סענאַט וואָס וועט פאַרלאַנגען פון די סטעיט צו באַצאָלן הויז–אייגענטימער אינטערעסט א ויף טשעקס וואָס זענע ן אַרויסגעשיקט נאָך סעפּטעמבער– 15 .

אונטער דעם שפּראַך וואָס איז אַריינגעשטעלט געוואָרן אין די ענדגילטיגע בודזשעט בילס, קען די סטעיט טעקסעישאָן ענד פיינענס דעפּאַרטמענט איצט אָפּשאַצן וויפיל זי וועט זיין שולדיג אַ הויז–אייגענטימער אין טעקס-רעליעף, און זיי שיקן טשעקס פון פאָראויס אויב עס איז אין געפאַר פון ווערן שפּעט ביים אַרויסשיקן אויף פּאָסט די פּונקטליכע סומע.

בילד: שיקזאַל פון היי–יעריגע 'סטאַ"ר' טעקס-רעליעף טשעקס פאַר נייע היים–אייגענטימער דערווייל נישט קלאָר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל