סטעטן איילענד – א שרעקעדיגער אינצידענט האט פאסירט פרייטאג העכער סטעטן איילענד, ווען א העליקאפטער פון דעם אמעריקאנער מיליטער האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א קליינעם דראון. צוויי מיליטערישע "בלעקהאוק" העליקאפטערס זענען געקומען פון דער "פארט ברעג" באזע אין נארט קאראליינע, אלס טייל פונעם מיליטער'ס שוץ מיסיעס אין די הימלען העכער ניו יארק סיטי אין די טעג ווען ס'ווערט אפגעהאלטן די יערליכע "יו-ען דזשענעראל אסעמבלי", און בשעת'ן פליען העכערן "מידלענד ביעטש" אין סטעטן איילענד, האט א קליינע קאנסומער דראון אריינגעקראכט אין איינע פון די העליקאפטערס. דער פילאט האט באלד געלאנדעט די העליקאפטער, וועלכע האט נישט געליטן קיין שום שאדן, און א ווארטזאגער פאר דער פארט ברעג באזע האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז זיי גלייבן נישט אז דער העליקאפטער איז דירעקט געצילט געווארן, אבער פארט איז אונטערגענומען געווארן אן אויספארשונג צו דערגיין ווער ס'האט קאנטראלירט דעם דראון וואס האט אריינגעקראכט אינעם העליקאפטער.

בילד: דראון-העליקאפטער צוזאמשטויס אין סיטי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל