א פרישע באריכט דורך די סי-ען-ען טעלעוויזיע נעץ דעקט אויף אז דער געוועזענער קאמפיין מענעדשער פון די טראמפ קאמפיין פאול מענעפארט איז געווען אונטער א אינטענסיווע אויספארשונג פון די עף-בי-איי דורכאויס דעם קאמפיין און נאך די וואלן זענען אריבער. זיינע טעלעפאנען און פארבינדונגען זענען אונטערגעהערט געווארן דורך די עף-בי-איי וועלכע האט געהאט דערויף א ״ווארענט״ פון א ריכטער וועלכע זיי האבן באקומען אין א געהיימע פראצעס.

די באריכט טוט עטוואס בארעכטיגן דאס וואס דאנעלד טראמפ האט זיך אפגערעדט אז מען האט אונטערגעהערט זיינע טעלעפאנען, וויבאלד טייל פון די טעלעפאן געשפרעכן זענען געווען צווישן מאנאפארט און טראמפ. לויט די קוועלער וועלכע האבן גערעדט מיט די נייעס נעץ האט די עף-בי-איי געטראפן טיילווייזע באווייזן אז מאנאפארט האט געוואלט אז רוסלאנד זאל העלפן דעם קאמפיין פון דאנעלד טראמפ.

די אויספארשונג ארום מאנאפאט האט זיך שוין אנגעהויבן פאר ער האט געארבעט פאר די טראמפ קאמפיין, און איז געקומען אונטער אזא אויספארשונג וויבאלד ער האט געארבעט פאר פרא-רוסישע גרופעס אין אוקראינע און איז געקומען אונטער פארדאכט אז ער גראבט אונטער די אמעריקאנער אינטערעסן אין אוקראינע.

בילד: פרישע אויפדעקונג: עף-בי-איי האט אונטערגעהערט טראמפ׳ס קאמפיין אנפירער



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל