וואשינגטאן – די אנגעצויגנקייט ארום דער קאמוניסטישער צפון קארעא האט נעכטן ווייטער אנגעהאלטן, ווען די יו-ען זיכערהייט קאונסיל האט דורכגעפירט אן עמורדזשענסי זיצונג איבער דעם לעצטיגן נוקלעארן טעסט וואס צפון קארעא האט דורכגעפירט, און די אמעריקאנער יו-ען אמבאסאדארשע ניקי העילי האט דערקלערט אז "צפון קארעא בעט זיך פאר א מלחמה", זי האט אויך אפעלירט צו די יו-ען לענדער אויפצוקומען מיט די שטערקסטע און מערסט-עקסטרעמע סאנקציעס קעגן צפון קארעא.

- פרעזידענט טראמפ האט נעכטן טעלעפאניש גערעדט מיט'ן דרום קארעא פרעזידענט, מון זשאי-אין, און פארשפראכן גאר נאענטע מיליטערישע צוזאמענארבעט צו באקעמפן דעם געפאר פון צפון קארעא. טראמפ האט אויך מסכים געווען אראפצונעמען פארשידענע צוימונגען פון דרום קארעא'ס מיסילס, זיי זאלן זיין בעסער אויסגעשטאט צו אטאקירן צפון קארעא, אין פאל א מלחמה ברעכט אויס.

- די אמעריקאנער רעגירונג האט געזאגט אז זי וויל דורכפירן א רעזאלוציע פון נייע סאנקציעס אינעם יו-ען זיכערהייט קאונסיל קומענדיגע וואך מאנטאג, אבער דערווייל זעט נישט אויס אז עס וועט צושטאנד קומען, וויבאלד כינע און רוסלאנד האבן געזאגט נעכטן אז פרישע סאנקציעס וועט נישט לעזן דעם קריזיס, נאר מען מוז אונטערנעמען פרישע דיפלאמאטישע מיטלען.

- די שווייצער פרעזידענטין דאריס ליוטארד האט נעכטן געזאגט אז שווייץ איז גרייט צו דינען אלס פארהאנדלער, אויסצוהאמערן א שלום אפמאך צווישן צפון קארעא און די פאראייניגטע שטאטן. עס איז אנגעוויזן געווארן אז שווייץ האט אין לויף פון די יארן שוין פילמאל פרובירט צו שפילן אלס די פארהאנדלער, אריינגערעכנט אין סודאן, קאלאמביע און אויך מדינת ישראל, מיט א שוואכע סוקסעס ראטע.

בילד: אמעריקע: קים יאנג אן בעט זיך פאר א מלחמה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל