אין די היימלאנד פון מעלאניע טראמפ אין מזרח אייראפע איז מען שטאלץ מיט איר און זי דינט אלס אן אינספיראציע פאר יוגנטליכע, א פירמע אין קראאטיע האט געזוכט צו אויסנוצן איר פאפולאריטעט וואס זי געניסט דארט און געשטעלט טאוולן אין וועלכע מען זעהט מעלאניע טראמפ, די ערשטע פרוי אין אמעריקע, און אונטער דעם די אויפשריפט ״קוק ווי ווייט מען קען אנקומען אויב מען קען ענגליש״, און דערמיט טוען זיי אדווערטייזן זייער שולע וועלע לערנט אויס די ענגלישע שפראך פאר איינוואוינער אין קראאטיע. די פירמע האט באקומען א בריוו פון אדוואקאטן וועלכע רעפרעזענטרין מרת. טראמפ און געזאגט אז אויב ווערט עס נישט באלדיג אראפגענומען וועט זי נעמען לעגאלע שריט.

בילד: מעלאניע טראמפ פארלאנגט צו אראפנעמען טאוולן וואס נוצן איר פאר אדווערטייזמענט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל