בערלין – ווי עס איז געווען דערווארט, האט דייטשלאנד'ס קאנצלער, ענגעלע מערקעל, געוואונען א פערטן טערמין אלס פירער אין לאנד, אבער אין דער זעלבער צייט איז איר געווינס געווארן פארטונקלט מיט די נייעס אז די עקסטרעם רעכטע "עי-עף-די" פארטיי האט געוואונען א גרויסע צאל זיצן אינעם דייטשן פארלאמענט, צום ערשטן מאל זינט באלד נאך דער צווייטער וועלט קריג. מערקעל'ס פארטיי האט באקומען 32.5 פראצענט פון די שטימען, באזיגנדיג די דעמאקראטישע צענטריסטישע פארטיי פון מארטין שולץ, וועלכע האט באקומען ארום צוואנציג פראצענט, און די דערמאנטע עקסטרעם רעכטע פארטיי האט באקומען ארום 13.5 פראצענט פון די שטימען. אצינד וועט מערקעל דארפן פארמירן א קאאליציע צו קענען טאקע ווייטער דינען אלס קאנצלער, און ווי דייטשע פאליטיק עקספערטן זאגן, וועט זי פארמירן איר קאאליציע מיט די הילף פון די "פרי דעמאקראטן" וועלכע זענען שוין עטליכע יאר טייל פון איר קאאליציע, און אויך מיט די "גרין" פארטיי ענווייראמענטאליסטן. דער ציל אצינד וועט זיין אפצושוואכן די 13 פראצענט וואס די עקסטרעם רעכטע וועלן קאנטראלירן אינעם פארלאמענט.

מאפע: מערקעל געווינט פערטע טערמין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל