טראץ שטארקע קריטיק איבער די שטייטע און שוואכע רעאקציע צו די שוידערליכע קאטעסטראפע וואס פלאגט פארטא ריקא, האט אבער פרעזידענט טראמפ זיך היינט אויסגערימט אויף טוויטער זאגנדיג אז זיין אדמיניסטראציע און די פעדעראלע אגענטורן טוען א גאר וואונדערבארע ארבייט אין פארטא ריקא, און האט פארשפראכן צו פערזענליך באזוכן פארטא ריקא און די ווירדשין אינזלן קומענדיגע אקטאבער 3 צו באאבאכטן פון די נאנט די הילפס באמיאונגען.

אבער איינוואוינער אין פארטא ריקא - די היים פאר איבער 3 מיליאן אמעריקאנער בירגער - זאגן אז די הילף איז צו ווייניג און די קריזיס איז שרעקליך, אבער דער מעיאר פון סאן חוען האט יא אויסגעלויבט די פימ״א אגענטור און געזאגט אז זיי טוען אסאך צו העלפן, איבער די סיטואציע איז גאר קריטיש, און מיליאנען מענטשן זענען געשטראנדעט אן קיין עלעקטעריציטעט און די הייזער זענען רואינירט, ער זאגט אז עס פעלט זיך אויס נאך צענדליגע מיליאנען דאלער צו קענען צוריקשטעלן דאס לעבן אויפ׳ן אינזל. דערווייל האט שוין פימ״א צוגעשטעלט 4 מיליאן מאלצייטן, 6 מיליאן ליטער וואסער, און עס געפונט זיך אויפ׳ן וועג נאך 7 מיליאן מאלצייטן און 4 מיליאן ליטער וואסער.

בילד: פרעזידענט טראמפ וועט באזוכן פארטא ריקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל