אין די טעג ווערט אפגעהאלטן די גענעראל פארזאמלונג פון די פעלקער פאריין אין די הויפטקווארטירן אין ניו יארק, א געלעגנהייט פאר וועלט פירער זיך טרעפן און דיסקוטירן גלאבאלע אנלעגנהייטן, און עטליכע וועלט פירער האבן אויסגעדריקט האפענונג אז זיי וועלן קענען איבערצייגן פרעזידענט טראמפ צו צוריק אריינברענגען אמעריקע אינעם אינטערנאציאנאלע אפמאך איבער קלימאט טויש. און דער פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מאקראן האט עפנטליך דערקלערט זיין האפענונג צו איבערצייגן פרעזידעט טראמפ זיך צו אנשליסן.

די פרישע האפענונג צו אריינברענגען אמעריקע אינעם אפמאך קומט נאכדעם וואס דער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן געזאגט אז עס איז שטארק מעגליך אז טראמפ וועט באשליסן צו פארבלייבן אינעם אפמאך, טראץ וואס האט ער אונטערגעשריבן א פרעזידענטליכע דעקלעראציע וועלכע רופט פאר אמעריקע זיך צו ארויסציען דערפון. אבער אין די לעצטע טעג האט ער געטוישט זיין מיינונג און טוט ערנסט באטראכטן זיך צו פריש אנשליסן דערין.

דאס ענדיגן דעם אפמאך איז געווען א צענטראלע צוזאג פון זיין פרעזידענטליכע קאמפיין, אבער אין די לעצטע טעג האט ער אפגענויגט פון דעם צוזאג אזוי ווי אלע אנדערע קאמפיין צוזאגן ווי די גרעניץ וואנט, דער איראנער אפמאך און נאך.

בילד: אינטערנאציאנאלע געמיינדע זוכט צו איבערצייגן טראמפ צו בלייבן אינעם פאריזער אפמאך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל