דער אויסערן מיניסטער פון נארט קארעא רי יאנג האָ האט אין א פרעסע קאנפערענץ וואס ער האט אפגעהאלטן אין ניו יארק דערקלערט אז אין ליכט פון די לעצטע היציגע רעטאריק פון פרעזידענט טראמפ אין וועלכע ער האט געזאגט אז אין די אנטע צוקונפט וועט נארט קארעא מער נישט עקזיסטירן און נאך ענליכע באמערקונגען טוט נארט קארעא דאס באטראכטן ווי א קריגס דעקלעראציע און נעמט זיך ברייטע רעכטן צו רעאגירן וויאזוי זי זעהט פאר ריכטיג, דאס נעמט אריין באלדיג אראפשיסן אמעריקאנער מיליטערישע פליגער וועלכע געפונען זיך העכער דעם קארעאנער האלבאינזל אפילו אבוי זיי זענען נאך אינדרויסן פון אירע גרעניצן. דאס קומט נאכדעם וואס דער דיקטאטור פון נארט קארעא האט אין א זעלטענע סטעיטמענט דערקלערט פרעזידענט טראמפ אלס א גייסטישע אומסטאבילער פארשוין וועלכע באדראעט די פרידן פון די וועלט (א טיטל וואס האט אמאל באלאנגט אויסשליסליך פאר נארט קארעא). דאס ווייסע הויז האט דערווייל נישט קאמענטירט אויף די לעצטע באמערקונגען.

בילד: רי יאנג האָ

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל