מעקסיקא סיטי – נעכטן איז געמאלדן געווארן אז רעטונגס ארבעטער האבן ארויסגעשלעפט דעם קערפער פון א לאקאלן אידישן פירער, וועלכער איז אומגעקומען פונעם מאסיוון ערדציטערניש וואס האט באטראפן מעקסיקא מיט א וואך צוריק. דער איד ר' חיים אשכנזי ע"ה, האט געדינט אלס רב פון קהילת מגן דוד אין מעקסיקא סיטי, און איז געווען אן איידעם פון ר' מרדכי טאוויל הי"ו, דער הויפט רב פון מגן דוד קהילה אין מעקסיקא. ר' חיים ע"ה האט געארבעט אינאיינעם מיט זיין פרוי אין א ביזנעס געביידע פארלאפענעם דינסטאג נאכמיטאג, ווען דאס 7.1 ערדציטערניש האט אויפגעטרייסלט מעקסיקא. זיין פרוי האט באוויזן ארויסצולויפן פון דער געביידע און איז געראטעוועט געווארן בחסדי ה', אבער ר' מרדכי איז געבליבן פארכאפט און מ'האט נישט געוואוסט צי ער האט איבערגעלעבט. נאכ'ן זוכן לאנגע טעג, האט מען אים אפגעפונען מוצאי שבת, ליידער נישט בין החיים, און די נייעס איז געמאלדן געווארן נעכטן אינדערפרי.

בילד: איד אומגעקומען אין מעקסיקאנער ערדציטערניש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל