אין די לעצטע אנטוויקלונגען אינעם קאמפ קעגן אייסיס האט די קאאליציע היינט אפגעהאלטן א שטארקע און באדייטנדע זיג קעגן אייסיס אין די אנגייענדע שלאכטן פון איבער דריי מאנאטן, די קאאליציע האט איינגענומען די צענטער פון אלט שטאט פון איז נאך געווען א לעצטע צענטער פון אייסיס ווידערשטאנד, דער אמעריקאנער ווארטזאגער פון די מיליטער האט געזאגט אז טראץ וואס עס איז א שטארקע זיג בלייבט נאך איבער ארום 40% פון די שטאט אונטער אייסיס קאנטראל און די קאאליציע האט א שווערע ארבייט פון קעמפן איין גאס נאך די צווייטע, אבער האט עס באצייכנט אלס א ״ווענדפונקט״ אין די לאנג פארצויגענע קאמפ. די פעלקער פאראיין זאגט אז ארום 20,000 ציוויעל זענען געשטראנדעט אין די שלאכט זאנע און הונדערטער זענען שוין אומגעקומען אין די לעצטע וואכן פון די באמבאדירונגען.

בילד: אלט שטאט ראקא גענצליך איינגענומען דורך אנטי-אייסיס קאאליציע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל