ענגלאנד – אין ענגלאנד וועט אין געציילטע טעג אריינגיין אין קראפט א נייע סארט "1 פונט" מטבע, און די אלטע וועלן פארלירן זייער ווערד. דאס האט געברענגט בריטישע צייטונגען צו פובליצירן אינטערעסאנטע ליסטעס מיט עצות וויאזוי אפירצוזוכן צי מען האט אינדערהיים עפעס הויפנס אלטע "1 פונט" מטבעות, כדי מ'זאל קענען אויסנוצן די לעצטע פארבליבענע טעג אויפצוטוישן די אלטע מטבעות אויף נייע – און די עצות זענען בכלל גוט צו וויסן, וואו מ'קען טרעפן פארגעסענע קליינגעלט אנגעווארפן איבער'ן הויז. צווישן די פלעצער וואס די בריטישע "בי-בי-סי" נייעס אגענטור רעקאמענדירט צו קוקן, איז צווישן די קישענעס אויף די סאפע, וואס דארטן פאלט צומאל אריין קליינגעלט בשעת מען זעצט זיך אראפ. אנדערע פלעצער זענען: שאפינג בעגס, וויבאלד מען ווארפט צומאל אריין דארטן קליינגעלט נאכ'ן איינקויפן; די טאשן פונעם ווינטער מאנטל; קינדערישע "רעדזשיסטערס" אדער קינדערישע געלט-פושקעס, און צום לעצט, די פארשידענע לעדלעך און האלטערס אינעם קאר.

בילד: וואו צו טרעפן פארגעסענע מטבעות

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל