אין די הויפטקווארטירן פון די ניו יארקער פאליציי דעפארטמענט, איז היינט אפגעהאלטן געווארן די יערליכע בריעפינג פון די פאליציי פאר די אידישע געמיינדע, ווי עס באטייליגן זיך הונדערטער קהלה פירער און עסקנים אינערהאלב די אידישע ציבור אין ניו יארק. די פאליציי נוצט אויס די געלעגנהייט צו אנקניפן נענטער באציאונגען מיט די אידישע געמיינדע, און גלייכצייטיג מיטצוטיילן מיט די אידישע געמיינדע פירער די פארשידענע געפארן איבער וועלכע מען דארף זיין געווארנט.

היי-יאר האט די פאליציי דעפארטמענט שטארק אונטערגעשטראכן די וואקסנדע זארג איבער אנטי-סעמיטישע אטאקעס פון ווייסע נאציאנאליסטן וועלכע האבן זיך געהויבן די קעפ אין די לעצטע מאנאטן, און זאגן אז דאס יאר אליין זענען שוין באריכטעט געווארן איבער 273 האסן פארברעכנס אין ניו יארק, מיינסטנס דערפון אנטי-סעמיטישע אטאקעס. די פאליציי האט פארשפראכן צו פארשטערקערן די שוץ, און אזוי אויך געבן הילף פאר די לאקאלע שומרים גרופעס.

בילד: פאליציי ווארנט אידישע געמיינדע איבער ווייסע נאציאנאליסטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל