ניו יארק – אין א לענגערע אינטערוויו, האט דער באקאנטער ביליאנער ריעל עסטעיט אינוועסטירער סעם זעלל געזאגט, אז ער איז נישט באזארגט איבער די פאטענציעלע נעגאטיווע אפעקט וואס "עמעזאן" וועט האבן אויף קאמערציאלע ריעל עסטעיט. זעלל איז אנגעפרעגט געווארן איבער דעם וואס עמעזאן האט לעצטנס אפגעקויפט די "האלל פודס" גראסערי נעץ פאר פערצן ביליאן דאלאר, וואס פילע קאמערציאלע ריעל עסטעיט סוחרים האבן אנגעהויבן פארשפרייטן א פאניק, אז דאס באדייט די ענדע פון פיזישע גראסערי געשעפטן, ווייל יעצט וועט יעדער איינקויפן גראסערי פראדוקטן דורכ'ן אינטערנעט, וויבאלד עמעזאן וועט אויסברייטערן איר אנליין-גראסערי מארקעט, און דאס וועט עווענטועל האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף קאמערציאלע ריעל עסטעיט, וועלכע איז אנגעוויזן אסאך אויף פיזישע געשעפטן. זעלל זאגט אז ער באטראכט עס ווי עמעזאן האט אפגעקויפט האלל פודס בלויז אויף צו האבן מער לאקאלן איבער'ן לאנד פון וואו ארויסצושיקן זייערע אנליין גראסערי ארדערס, אבער עמעזאן איז בכלל נישט אינטערעסירט אפצושאפן די סארט זאך ווי פיזישע גראסעריס.

בילד: קיין זארג איבער עמעזאן'ס ריעל עסטעיט אפעקט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל