וואשינגטאן – אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט נעכטן געמאלדן אז פרעזידענט טראמפ האט באשלאסן צו ברענגען אן ענדע צו די "דאקא" פאליסי, וועלכע האט אין די לעצטע פאר יאר באשיצט נאענט צו א מיליאן אומלעגאלע אימיגראנטן (וועלכע זענען געקומען קיין אמעריקע אלס קינדער, אדער געברענגט געווארן דורך זייערע עלטערן) פון ווערן דעפארטירט. סעשאנס האט געזאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע גיט אצינד פאר קאנגרעס זעקס מאנאטן אויסצוארבעטן א נייע פאליסי, וואס צו טאן מיט די סארט אימיגראנטן.

באלד האט מען געהערט פילע שארפע רעאקציעס, הויפטזעכטליך פונעם געוועזענעם פרעזידענט, באראק אבאמא, וועלכער איז געווען דער וואס האט אריינגעשטעלט די דאקא פאליסי אין קראפט. אבאמא האט געזאגט אין א לענגערן סטעיטמענט, נישט דערמאנענדיג טראמפ ביים נאמען, אז "א שאטן איז ארויפגעשטעלט געווארן" העכער די מערסט-פראדוקטיווע און קלוגסטע אימיגראנטן אין אמעריקע, און אבאמא האט באצייכנט טראמפ'ס באשלוס אלס "אומריכטיג, זעלבסט-דעסטרוקטיוו און רציחה'דיג".

נעכטן נאכמיטאג האט טראמפ געזאגט פאר פארזאמלטע רעפארטערס אין ווייסן הויז, "איך האב א הארץ פאר די מענטשן פון וועמען מען רעדט, איך האב א שטארקע ליבשאפט פאר זיי. מענטשן טראכטן אז זיי זענען קליינע קינדער, אבער עכט זענען זיי יונגע ערוואקסענע". טראמפ האט צוגעלייגט אז ער האט שוין גערעדט צו פילע קאנגרעסלייט, און זיי שטייען גרייט צו טאן עפעס, און ער האפט אז קאנגרעס וועט דורכפירן א ניי געזעץ, וואס וועט ארויסהעלפן די סארט אימיגראנטן אויף אן אויסגעהאלטענעם פארנעם.

בילד: 800,000 אימיגראנטן וועלן דעפארטירט ווערן אונטער נייע טראמפ פאליסי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל