אומאן – צוויי ארץ ישראל'דיגע אידן זענען פארוואונדעט געווארן פון אן אויפרייס אין אומאן, אוקראינע דעם ערשטן טאג ראש השנה זעקס אזייגער פארטאגס, ביי א גאראדזש נעבן איינע פון די גרויסע בתי מדרשים. די פאליציי זאגן אז זיי האבן געעפנט א קרימינאלע אויספארשונג, און ווי מ'האט געהערט פון ווייקאסלאוו אבראסקין, דער דעפיוטי פון די אוקראינישע נאציאנאלע פאליציי, גלייבן זיי נישט אז ס'איז געווען א טעראר אטאקע, און ער האט בארואיגט די אלע צענדליגער טויזנטער אידן וואס זענען געקומען צו פארן פון איבער דער וועלט, אז זיי האבן זיך נישט וואס צו זארגן.

אבראסקין האט געזאגט אז פינף פאליציי אפיצירן גרופעס פארשן דעם אינצידענט, און עס זענען אראפגעברענגט געווארן פאליציי דעטעקטיוון פון קיעוו ארויסצוהעלפן מיט דער אויספארשונג. די צוויי פארוואונדעטע האבן ב"ה בלויז געליטן מילדע וואונדן און האבן נישט געדארפט ווערן שפיטאליזירט.

בילד: 2 אידן פארוואונדעט אין אומאן אויפרייס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל