א טאג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט קריטיקירט די לעצטערע ערשיינונג פון צונעמען די סטאטוען פון קאנפעדערעיט פיגורן האט דער מעיאר פון באלטימאר מערילענד באזייטיגט עטליכע סטאטוען, אנגעבנדיג אז זיי שטעלן א געפאר צו די עפטליכקייט צוליב די אויפברויז וואס עס הערשט קעגן אזעלכע סטאטוען אין די לעצטע טעג זינט די נעא-נאציס האבן דערמארדעט א יונגע פרוי אין שארלאטסוויל. די סטאטוען זענען אראפגענומען געווארן שטילערהייט אין די שטילקייט פון די נאכט, און די מעיאר האט געזאגט אז דאס איז געווען א באשלוס וועלכע איז גענומען געווארן צו באשיצן די שטאט פון עפנטליכע צוזאמענשטויסן.

בילד: באלטימאר צונעמט קאנפעדערעיט סטאטוען



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל