א ריזיגע פייער וועלכע פלאקערט אין די וועלדער ארום קוממיות טוט באדראען די הייזער פון פילע איינוואוינער, די פייער האט פארניכטעט עטליכע פארם׳ס פון די דארטיגע איינוואוינער און צווישן אנדערע פארברענגט די ווייץ פעלדער און די ווייץ וואס די דארף האט שוין אוועקגעלייגט צו באקן מצות, די ארטיגע מצה בעקעריי איז באקאנט איבער די גאנצע וועלט און שטעלט צו מצות פאר צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, אצינד הערשט א זארג אז עס וועט זיין א מאנגל אין מצות, שרייבנדיג די שורות טוען נאך די העלדישע פייער לעשער באקעמפן די פייערן און פרובירט צו פארמיידן די פייער פון פארניכטן היימען, 5 איינוואוינער זענען דערווייל עוועקיואירט געווארן פון זייערע היימען.

בילד: העלישע וואלד פייערן באדראען חרד׳ישע יישוב קוממיות

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל