טשארלאטסוויל - א ווייסער סופרעמעסיסט KKK () מיטגליד האט היינט דורכגעפירט א טעראר אטאקע, ניצנדיג די אייסעס טעראר מיטל פון אריינדרייוון זיין קאר אין א גרופע אנטי-נאצי פראטעסטירער אין ווירזשיניע.

לויט די ביז יעצטיגע באריכטן, האלט מען ביי 19 פארוואונדעטע, 1 טויטע.

די מעשה האט זיך אפגעשפילט אין טשארלאטסוויל, ווירזשיניע, ווי עס איז היינט נאכמיטאג פארגעקומען א ניא-נאצי מארש אין שפיץ פון 'דעוויד דוק', און אן אנטי-נאצי קאנטאר ראלי איז אפגעהאלטן געווארן דערנעבן. א שטיק צייט אריין אינעם ראלי, איז דער טעראריסט געקומען אריינצופליען אין די גרופע, צוריק אויפגעבעקט, און נאך עטליכע מאל אריינגעפארן, פון וואס עס האט זיך געשאפן די שרעקליכע בלוטיגע סצענע.

פרעזידענט טראמפ האט געגעבן א קורצע רעדע אדרעסירנדיג די "ווייעלענס אויף אלע זייטן", נישט דערמאנענדיג די ווייסע סופרעמעסיסטן.

אויף די פראגע צו דער פרעזידענט פארדאמט די נאציס, האט טראמפ איגנארירט די פראגע און ארויסשפאצירט. דעוויד דוק און ווייסע סופראמיסטן האבן געפייערט די אטאקע, און ספעציעל די רעספאנס פון פרעזידענט טראמפ. דעמאקראטן און רעפובליקאנער האבן פארדאמט דעם פרעזידענט.

בילד: ווייסע סופרעמעסיסט טעראר אטאקע

\

קרעדיט: כאפצעם


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל