די לעצטע געשעענישן אין ווירדשיניע האט געברענגט א פלייץ פון פראטעסטן איבער אמעריקע, אבער פראטעסטירער אין נארט קאראליינע האבן עס גענומען א שטאפל ווייטער און אומגעווארפן אזא סטאטוע אויף די אייגענע האנט. די פראטעסטירער אין דורהעם האבן געזאגט אז זיי פארלאנגען שוין א לאנגע צייט פון די אויטאריטעטן צו אוועקנעמען דעם סטאטוע וועלכע שטייט פארנט פונעם געריכט הויז, און נאך די לעצטע געשעענישן האבן זיי באשלאסן עס צו נעמען אין די אייגענע הענט, די סטאטוע איז אויפגעשטעלט געווארן אין 1924 אין אנדענק פון די קאנפעדערעיט סאלדאטן וועלכע זענען אומגעקומען אין די ציווילע קריג. די פראטעסטירער האבן זיך באנוצט מיט שטריק און די מאסן האבן אינאיינעם שווער געארבעט צו רואינירן און אומווארפן דעם סטאטוע.

דער לאקאלער שעריף האט פארדאמט די אקט און געזאגט אז עס איז נישטא קיין בארעכטיגונג צו נעמען דאס געזעץ אין די אייגענע הענט און ספעציעל אז אזא אקט וואלט זיך געקענט ענדיגן מיט פילע געשעדיגטע פון די אומפאלנדע סטאטוע, ער האט געזאגט אז ער וועט אידנטיפיצירן די שולדיג און זיי ברענגען צו יוסטיץ.

די פראגע פון די קאנפעדערעיט סטאטועס איז פון פריש ארויפעקומען אויפ׳ן נאציאנאלן סדר היום נאך די אינצידענטן אין ווירדשיניע וואס האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס די עקסטרעם רעכטע האבן פרובירט צו באשיצן א קאנפעדעריט סטאטוע, פילע אין די רעכטע לאגער וועלכע זענען נישט קיין ראסיסטן האלטן אז טראץ וואס די קאנפעדערעיט שטאטן זענען געווען געטריבן פון ראסיזם איז עס א קאפיטל אין אמעריקע׳ס געשיכטע וואס מען טאר נישט פארמעקן און דעריבער זענען זיי קעגן עלימינירן די סטאטועס, אפילו די אפריקאנער-אמעריקאנער געוועזענע סעקערטערי אף סטעיט קאנדאליזע רייס האט אויסגעדריקט אזא מיינונג, אבער פארט זענען אנדערע ביי די מיינונג אז אזעלכע סטאטועס זענען גאר ווייטאגליך צו אפריקאנער-אמעריקאנער וועלכע זעען טעגליך ווי די וועלכע האבן זיי פארפאלגט ווערן באעהערט.

בילד: פראטעסטירער אין נארט קאראליינע ווארפן אום סטאטוע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל