בילד: דוד גרינפעלד
כ׳וויל מיך א רגע באציען צום ניו יארק טיימס ארטיקל איבער די בארא פארקע סיטי קאונסיל זיץ וואס איז יעצט ליידיג געווארן נאכדעם וואס דוד גרינפעלד האט באקומען דעם מאכטפולן פאזיציע ביי די באוואוסטע "מעט קאונסיל" ארגענעזאציע. מ׳האט עס דא באהאנדלט פון עטליכע אספעקטן, כ׳וויל אבער צולייגן א שטיקל נקודה למחשבה וואס איז נוגע אויף למעשה פאר אונז פשוטי עם.

גרינפעלד, זייענדיג א געשולטער פאליטישאן, האט נישט סתם אזוי געלאזט ליידיג זיין בענקל, ער האט עס געטוען אויף א וועג אז קיינער מן השוק זאל אים נישט קענען איבערנעמען און ער זאל בלייבן מיט די מאכט צו אפמאכן ווער עס גייט זיין די נעקסטע קאונסילמאן פון בארא פארק, אן קיין עלעקשאנס. דהיינו לויט די געזעץ איז דא 5 טעג צווישן נעמען די פעטישענס ארויפצוגיין אויפן בעלאט פארן סיטי קאונסיל זיץ, ביזן אנעמען די דעמאקראטישע פארטיי ליניע (וואס דאס מיינט א כמעט א גאראנטירטע געוואונס, וויבאלד די דעמאקראטישע מאשין איז זייער שטארק אין ברוקלין). אויב געט דער אמעטירענדער קאנדידאט אויף זיין פאזיציע אין די 5 טעג, דעמאלטס קען נאר ער זעלבסט אפמאכן ווער עס זאל אים איבערנעמען און לויפן אויף די דעמאקראטישע פארטיי ליניע, ווען גרינפעלד גיט ווען אויף זיין פאזיציע אפאר טאג שפעטער וואלט געווען געהעריגע עלעקשאנס. (אזוי איז געווען ווען שמחה פעלדער האט אפגעטרעטן פון סיטי קאונסיל איז געווען א געהעריגע ספעשיל עלעקשאן צווישן גרינפעלד און לאזאר.)

גענוי דעם טריק האט גרינפעלד געטון, און האט געמאלדן אין די 5 טעג אז ער גייט נישט לויפן פאר נאך א טערמין און ער גייט אנעמען די דזשאב אלס די פירער פון מעט קאונסיל, און ער האט איבערגעגעבן די דעמאקראטישע פארטיי ליניע פאר זיינס א פריינט קלמן יעעגור.

יעעגור, א רוסישער אפשטאמיגער, איז געווען אקטיוו די לעצטע 20 יאר אין לאקאלע פאליטיק, ער האט געארבעט פאר די דעמאקראטישע פארטיי, און האט א פאליטישע רעקארד אין די דעמאקראטישע פארטיי דורכאויס די יארן. ער וואוינט פארצופאל נישט אין די בארא פארקער דיסטריקט און האט געהאט געמאלדן זיין קאנדידאטור א צייט צוריק אקעגן פלעטבוש קאונסילמאן חיים דייטש (זיין פירסט קאזין), אבער תיכף נאכן גרינפעלד מעלדונג, האט יעעגור סוספענדירט זיין קאנדידאטור אקעגן חיים דייטש און געמאלדן אז ער גייט אריין מופן דא אין בארא פארק און גייט לויפן פאר גרינפעלד'ס ליידיג געווארענע זיץ. איבריג צו פארצייכענען אז וויבאלד ער האט די דעמאקראטישע פארטיי ליניע, מארשירט ער פאראויס צו ווערן די קאונסילמאן דא אין בארא פארק.

איז אזוי, בעצם ווען דוד גרינפעלד אליינס זאל ווען לויפן, וואלט איך פאר אים געשטימט בלי ספק, אזוי ווי כ׳האב געטון אין די פארגאנגעהייט. גרינפעלד האט א שטארקע רעקארד ביי אונזער ציבור און ער דעזערווט די וואוט. עס באדערט מיך דער חלק אז גרינפעלד האט עס גענומען צום נעקסט לעוול כאילו דער בענקל איז זיין פריוואטע אייגענטום און נאר ער איז דער מחליט מי ישפל ומי ירום. ס'איז נישט קיין יושר און נישט קיין תכלית אז דער קאונסילמאן זאל אפמאכן אן די באשלוס פון די וויילער ווער עס זאל אים איבערנעמען, די סיטי קאונסיל פאזיציע איז נישט קיין קעניגרייך צי רעביסטעווע וואס מ'קען אזוי איבערגעגעבן פאר וועם מ'וויל, מיר פארדינען אן עלעקשאן, און די פאליטישענס מוזן וויסן אז דאס בענקל קען מען נאר באקומען טאמער מ׳פארדינט עס ביים ציבור.

(בעצם ברענגט דער טיימס אויף אז דוב הייקינד האט געטוען ענליכס מיטן איבערגעגעבן די דיסטריקט לידער פאזיציע פאר די יעצטיגע דיסטריקט לידער דוד שווארץ, טאקע די זעלבע אומרעכט, אבער ס'איז נישט צום פארגלייכן צו א סיטי קאונסילמאן וואס שטימט אויף וויכטיגע בילס טעגליך, און פארטרעט אונזער געמיינדע אין סיטי קאונסיל, און איז אין טשארדזש פון מיליאנען דאלארן אין פאנדס, צו א דיסטריקט לידער וואס איז בלויז א וואלונטיר מיט באגרעניצטע מאכט)

די גוטע נייעס איז, אז עס איז דא נאך איין וועג וויאזוי מ'קען יא מאכן אן עלעקשאן, דאס איז אויב איינער שטעלט זיך אויף און עפנט א אייגענע פארטיי און לייגט ארויף זיין נאמען אויפן בעלאט אין נאוועמבער, און יענער קען לויפן אויף זיין אייגענע פארטיי, און יעעגור אויף די דעמאקראטישע פארטיי, דאן איז דא א שאנס פאר א סיריעס עלעקשאן.

די פאליטיקל בלאגס האבן געשריבן אפאר נעמען אלס פאטענציעאלע קאנדידאטן וואס קענען אדער גייען אפשר לויפן אין נאוועמבער, נחמן קאללער וואס איז געלאפן אקעגן הייקינד 3 יאר צוריק פאר אסעמבלי, יוני הייקינד (דוב הייקינד'ס זוהן) און דיסטריקט לידער דוד שווארץ. איך ווייס נישט צי זיי אדער איינער אנדערש גייען לויפן,  אבער דאס איז אמאל זיכער אז איינער מוז לויפן. אויב וועט יעצט דורכגיין אזא מעשה בשתיקה איז דאס א וועגווייזער פאר די מאכערס אז מ׳קען מאכן טונקעלע דיעלס אונטער אונזער רוקן, און מ׳ברויך זיך גארנישט רעכענען מיטן ציבור. מ׳וועט מאכן דיעלס און שטיקעס אריינצורוקן אין מאכטפולע אפיסעס אפאר פאליטישע אליאירטע, און די חברה וועלן ניטאמאל שפירן פאר וויכטיג זיך צו רעכענען מיט אונז תושבי העיר. ווי עפעס א פאליטישער אנאליזירער דרוקט זיך אויס אינעם ארטיקל
״The public is nowhere in this process”, דהיינו טובת הציבור שפילט דא בכלל נישט קיין ראלע. עס מוז קלארגעשטעלט ווערן טאקע נאך יעצט ווען מ׳קען עס פאררעכטן, אז בארא פארק איז נישט קיין שטח הפקר וואו מ'קען אויף אונז ארויפצווינגען א קאנדידאט. זאל זיין געהעריגע עלעקשאנס. אויב וועט קלמן יעעגור געוואונען, דאן האט ער עס ערליך פארדינט, און וועט האפענטליך זיך צושטעלן צום ציבור וויילער. אבער, לויפן מוז ער, זאל ער וויסן קלאר אז ער שטייט פאר א פאלקס רעפערענדום און מוז געניסן צוטרוי פונעם ברייטן ציבור, נישט בלויז פון אפאר שטאטישע טאטעס און מאכערס.

אלזא איז די עצה פאר אונז תושבי ב״פ אז ס׳זאל נישט צוקומען צו אזא מצב פון פאליטיש מאנעווירטע נאמענאציעס, נאר מיר זאלן בלייבן מיט אונזער ביז יעצטיגע כח הציבור, אז א יחיד מיט גאטס זאל זיך אויפשטעלן און צאמענעמען פעטישענס און עפענען א פארטיי צו לויפן פאר סיטי קאונסיל אין נאוועמבער. מיר טארן נישט מוותר זיין אויף אונזער בחירה.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל