דער סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן האט אין א סטעיטמענט פרובירט צו פארלייכטערן די אנגעצויגנקייט וואס הערשט אין די טעג צווישן וואשינגטאן און מאסקווע, ער האט געזאגט אז די סקאנדאל פון די וואלן אינטערווענץ איז נישט קיין סיבה צו גענצליך אפהאקן באציאונגען און אז ער גלויבט אז מען דארף ארבייטן אינאיינעם צו פארשטערקערן צוטרוי און פריינטשאפט צווישן די לענדער, ער האט געזאגט אז ער האט באקומען די זעלבע אנדייטונג פון מאסקווע אז זיי זוכן א דיאלאג, און האבן אויך אויסגעדריקט גרייטקייט פאר פרישע געשפרעכן איבער אוקראינע און קריימיע אין א פארזוך צו פארלייכטערן די סאנקציעס, טילערסאן האט געמאכט די באמערקונגען נאכ׳ן זיך טרעפן מיט׳ן רוסישן אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו ביי א סאמיט אין מאנילא.

בילד: טילערסאן: אמעריקע און רוסלאנד וועלן לעזן די פראבלעמען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל