ברוכים הבאים אויפ'ן וועג צוריק פון קאנטרי קיין ברוקלין, וואו דער צווייטער האלב זומער ברענגט פרייליכע נייעס פון... פאלנדע רענט פרייזן.

נאך נישט איבעראל, און נאך נישט אזוי דראמאטיש, אבער, עס רוקט זיך אביסל אין גוטן ריכטונג, און ווייניגסטנס איז דער שוואונג ארויף העכער און העכער עטוואס אפגעקילט געווארן.

לויט א גרונטליכע ברוקלין רענט אפשאצונג פון "דאגלעס עלימען," איז די מיטלגארטיגע רענט פרייז אין די באראו געפאלן מיט 1.1 פראצענט אין יולי, קעגן די זעלבע מאנאט פאראיאר זומער, צו ארום $2,790 א חודש. עס איז די דריטע מאנאט נאכאנאנד וואס רענט פרייזן פאלן.

לענדלארדס ווערן געצווינגען צו זיין מער און מער נאכגיביג, זאגט די אפשאצונג.

איבערפלוס פון אינווענטארי

עס קומט אן א שטארקע פלוס פון רענטל יוניטס אין רוב געגנטער פון ברוקלין, פון דאונטאון ביז ניי-וויליאמסבורג. מען כאפט זיך צו דערצו - ווי געזען פון דעם אז אין יולי זענען נייע ליעסעס געשפרינגען א שטארקע 6 פראצענט העכער די זעלבע מאנאט פאראיאר זומער, אבער ווי געזאגט קומט דאס צוזאמען מיט מילדערע פרייזן און מער בויגזאמקייט און/אדער פריוויליגיעס אויפ'ן אפארטמענט.

אין געוויסע געגנטער זענען דא מענטשן וואס האבן אזא אויסוואל אז זיי באטראכטן 15-10 יוניטס בעפאר'ן שליסן א ליעס, וואס מיינט אז לענדלארדס דארפן מער אנקומען צו טענענטס ווי פארקערט, זאגט איין באריכט.

צווישן די זאכן וואס לענדלארדס טוען צו באקומען גוטע טענענטס, איז געבן פרייע רענט פאר א חודש אדער צוויי, און ווייניגער בראוקער אפצאלן ווען די ליעס גייט דורך א בראוקער.

די שטעלונג פון לענדלארדס איז, ענדערש צו געבן א חודש "אומזיסט" רענט, ווי איידער נאכצולאזן די אפיציעלע פרייז פונעם רענט און עס רעכענען יעדן חודש געהעריג. אבער דאס אליינס האלט זיך שוין נישט אזוי שטארק ווי פריער, און אויך די "רענט בעיס" צייגט סיגנאלן פון שוואכקייטן.

פארלאנג אויף "ביליגע" דירות

לויט די "דאגלעס" מארקעט אפשאצונג שטעלט זיך ארויס, אז ביי גאר טייערע לוקסוס רענטלס, האבן טענענטס די גרינגסטע פעלד פאר הנחות, אבער ביי די "עפארדעבל" שטאפלען פון רענטל יוניטס איז דא די גרעסטע פארלאנג, און דארט האט מען נאך נישט אזויפיל אויסוואלן אדער פרייז נאכגיביגקייט.

ווען עס קומט צו "לאטעריס" פאר "עפארדעבל יוניטס," זאגט דער באריכט, קומען אריין צענדליגער טויזנטער אפליקאנטן אפילו ווען מ'קען נאר באקומען עטליכע צענדליגער יוניטס - א צייכן אויף די גאר שטארקע געברויך פאר אסאך מער רענטל יוניטס אין די נידעריגע פרייז שטאפלען.

לויט ריעל עסטעיט עקספערטן, האבן רענט פרייזן נישט צופיל פלאץ צו פאלן, ווייל די יעצטיגע "פייפליין" וועט לויט זיי נאכקומען מיט א מאנגל אין נאך יוניטס ווייל אין ברוקלין איז שוין נישטא צופיל ליידיגע שטחים פאר נאך טויזנטער רענטל יוניטס פאר מעסיגע פרייזן .

בילד: רענט פרייזן פאלן אין ברוקלין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל