מדינת ישראל האט געמאלדן פלענער צו אפשפארן די ביוראען פון דעם קאטארער טעלעוויזיע נעץ אל-דשאזירא, נאכדעם וואס זיי ווערן באשולדיגט דורך מדינת ישראל אין פארשפרייטן העסליכע רעטאריק און צוגיסן אויל צום פייער, עס האט זיך ארויסגעוויזן ביי די לעצטע אומרוען ארום דאס לייגן עלעקטראנישע צוימען ביים הר הבית, ווען אל-דשאזירא האט געלופטערט פראפאגאנדע און ווילדע קאנספיראציעס וואס האבן אויפגעהייטערט די געמיטער, דער קאמיוניקאציע מיניסטער יואב קרא האט געמאלדן איבער די שריט ביי א פרעסע קאנפערענץ, אל-דשאזירא האט אפגעווארפן די באשולדיגונגען און געזאגט אז זיי וועלן נעמען אינטערנאציאנעלע לעגאלע שריט דאס צו באקעמפן.

בילד: מדינת ישראל פלאנט צו אפשטעלן אקטיוויטעטן פון אל-דשאזירא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל