
"מיר דארפן טוישן די קולטור וויאזוי מענטשן באטראכטן מענטל-העלט-פראבלעמען"
דער געוועזענער פרעזידענט קלינטאן האט געזאגט "מענטל-העלט-פראבלעמען איז נישט עפעס מיט וואס מען דארף זיך שעמען, די סטיגמע וואס מיר לייגן ארויף אויף די באטרעפענדע פארשעמט אונז אלע."
עס איז א ווייטאגליכע מציאות וואס עס איז שוין אסאך געטון געווארן דאס צו טוישן און עס איז נאך דא א וועג צו גיין, דאס איז די אומ'יושר'דיגע "סטיגמע" און נאסע-ליילעך וואס מאנכע ווארפן ארויף אויף אומשולדיגע מענטשן, וועלכע ליידן אויף א מענטל-העלט פראבלעם.
באשולדיגן און טאדלען א ליידענדער מיט טענות אז ער איז זיך אליינס שולדיג, אדער אז ער איז בלויז פויל, שלעכט און עקשניות'דיג, איז א שרעקליכע הארצלאזע שריט, עס לאזט זיך נישט באשרייבן די יסורים און פיין וואס די מיטגעמאכטע שפירן דאן.
ניין! א מענטל-העלט-ליידענדער איז נישט שולדיג אין זיינע פראבלעמען! עס איז א דיסארדער וואס קען קומען פון ביאלאגישע פאקטארן, היסטאריע, טראומא, וכד' – צייגט ארויס אייער פארשטענדעניש און סימפאטיע צו זיי.
חולי נפש אין הלכה
מתוך דרשת הגה"צ רבי אברהם צבי וואזנער שליט"א, אב"ד קהל יטב לב דסאטמאר מאנסי

הוסף רשומת תגובה