פּיאנגיענג – די קאמוניסטישע צפון קארעא זאגט אז זי האט באשלאסן נישט צו באמבארדירן דעם אמעריקאנער אינזל גואם. די ארטיגע מידיא האט געמאלדן אז זייער פירער קים יאנג אן האט איבערגעקוקט דעם פארשלאג וואס זיין מיליטער האט אים איבערגעגעבן וויאזוי אן אטאקע אויף גואם וועט צוגיין, און האט באשלאסן דערווייל זיך צוריקצוהאלטן דערפון, אבער דער רעזשים ווארנט אז אויב אמעריקע וועט ווייטער גיין מיט זייערע ווילדע סטראשונקעס, וועלן זיי יא דורכפירן די גואם אטאקע.

אין אמעריקע האט מען טיף אפגעאטעמט מיט דער מעלדונג פון דעם צפון קארעא רעזשים, און עקספערטן האבן געזאגט אז די בארואיגטע שטימונג קומט נאכדעם וואס אמעריקאנער באאמטע האבן אין די לעצטע פאר טעג אומאפיציעל צוריקגעצויגן פון די שארפע סטראשונקעס וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאכט אין ריכטונג פון צפון קארעא, וואס דאס האט פאקטיש געברענגט אז דער רעזשים זאל ארויסגעבן די סטראשע צו באמבארדירן גואם.

סעקרעטערי אוו סטעיט טילערסאן האט נעכטן געזאגט אז אמעריקע איז גרייט זיך צו זעצן צום טיש מיט צפון קארעא, אבער אלעס ווענדט זיך אין קים יאנג אן, וועלכער דארף באשליסן וויאזוי ער וויל לעזן דעם קריזיס, און עס בלייבט איבער צו זען צי מ'וועט דארפן נוצן די מיליטערישע אפציעס וואס פרעזידענט טראמפ האט געסטראשעט, אדער וועט מען קענען ברענגען די אנגעצויגנקייט צו אן ענדע דורך דיפלאמאטישע מיטלען.

בילד: צפון קארעא ציט צוריק פון סטראשע צו באמבארדירן גואם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל