דער מעיאר האט היינט פארגעשלאגן א רייע פרישע סיטי שטייערן צו ראטעווען די צוזאמענגעבראכענע סאבוועי סיסטעם פון ניו יארק סיטי, אונטער זיין פלאן א שטייער העכערונג פאר די וועלכע פארדינען מער פון א האלב מיליאן דאלער יערליך, פון די יעצטיג סיטי טעקס פון 3.8 פערצענט צו 4.41 פערצענט, ער זאגט אז אזא העכערונג וועט ערלויבן צו האלטן די סאבוועי פרייזן נידריגער. די פאקט אז ער מעיאר שלאגט פאר א פלאן איבער די סאבוועי איז א טויש אין סטראטעגיע פון ביז יעצט וואס דער מעיאר האט נישט אריינגערעדט איבער די סאבוועי פראבלעם און עס גענצליך אנגעלייגט אויף די סטעיט.

בילד: די-בלאזיא זאגט עס פאדערט זיך מער שטייערן אויף מיליאנערן צו פינאנצירן סאבוועי סיסטעם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל