די אייגנטומער פון די הויז אין קווינס ווי דאנעלד טראמפ איז אויפגעצויגן געווארן זענען אויפגעקומען מיט א גלענצנדע ביזנעס קאנצעפט, נעמליך פאר די נישטיגע פרייז פון $725 א נאכט קענט איר איבערנעכטיגן און פארברענגן אין די היים ווי דער פרעזידענט איז אויפגעצויגן געווארן. די 5 בעדרום הויז אין דשעמעיקע עסטעיטס אין קווינס איז ארויסגעשטעלט געווארן אויף די אפליקאציע עיר-בי-ענד-בי און פאר די פרייז קען מען ברענגען 20 מענטשן, די הויז איז דעקארירט מיט פרא-טראמפ מאטריאל און פארמאגט אפילו א סטאטוע פון דאנעלד טראמפ אין די ליוויניג רום, דער יעצטיגער אייגנטומער האט אפגעקויפט דעם הויז פאריגע יאר אין ברען פון די קאמפיין, עריק טראמפ האט דאן אויסגעדריקט פארדרוס אז זיי האבן נישט געוויסט אז די הויז שטייט צום פארקויפן, און געזאגט אז די פאמיליע וואלט ווען צוריקגעקויפט דאס הויז.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה