נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט געזאגט אויף טוויטער אז ער איז ״זייער אנטוישט״ איבער כינע צוליב דעם וואס זיי טוען נישט גענוג צו אפהאלטן נארט קארעא פון אנטוויקלן נוקלעארע וואפן האט כינע רעאגירט אין איר אפיציעלע צייטונג זאגנדיג ״טראמפ איז אן אינטרעסאנטער מענטש און האט ליב צו זיך אויסגעבן אויף טוויטער, אבער דאס איז נישט די פלאטפארמע פאר דיפלאמאטישע געשפרעכן און פאר עמאציאנאלע הארץ אויסגיסעניש״ שרייבט די צייטונג וואס ווערט געזען ווי א שופר פאר די ארטיגע רעזשים.
הוסף רשומת תגובה