דער וויצע פרעזידענט, מייק פענס, האט פארגאנגענעם פרייטאג באזוכט אינעם נאסא קענעדי ספעיס צענטער, און עס איז פובליצירט געווארן א בילד וואו ער רירט צו א מאשינקע וואס איז אויף אויסלאגע, כאטש ס'שטייט דערויף קלאר מען זאל עס נישט רירן. ביי דער גויאישע מידיא, וואס לעבט אויף טוויטער מעסעדזשעס און כסדר'דיגע נארישע לשון הרע'ס, איז דערפון געווארן א טומל. פענס האט צוגעגעבן צום געלעכטער, דורך פארשפרייטן דערנאך א געמאכט בילד ווי ער רירט אן א פארקיופיין (די חיה מיט שארפע שטעכערס), צו ווייזן אז ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער מאכט דעם טעות. נאסא האט געזאגט אז זי איז העכסט צופרידן אז ער האט איר באזוכט, זאל ער קומען און רירן וויפיל ער וויל, דער עיקר איז ער זאל שיקן די טשעקס פון וואשינגטאן די-סי.

בילד: וויצע פרעזידענט פענס רירט נאסא מאשינקעס טראץ ווארענונג שילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל