כינע איז דורכגעפאלן מיט ארויפשיסן א גאר וואגיקן ראקעט, וועלכע זיי האבן שפעטער היי יאר געוואלט נוצן ארויפשיסן א ספעציעלן ספעיס מאשינקע צו דער לבנה צו כאפן בילדער און רעקארדירן אנדערע אינפארמאציע.

כינע האט געליטן נאך א דורכפאל ווען די ראקעט וואס זיי האבן היינט ארויפגעשאסן איז דערקלערט געווארן אלס דורכפאל. דאס איז די 2'טע דורכפאל אין 2 וואכן.

אלעס האט אויסגעזען צו גיין ווי געפלאנט, די בוסטער האבן זיך אפגעטיילט אין צייט, אויך די פעילאוד באשיצער איז געווארן אראפגעווארפן אין צייט, אבער עפעס איז געגאנגען שלעכט נאכדעם.

די לייוו פיעד פון די קאמוניסטישע מידיא איז געווארן אפגעהאקט אן קיין פארשטענדליכע אורזאך, שפעטער האט די כינעזער ספעיס אגענטור ארויפגעלייגט אויף זייער וועבזייטל אז די מיסיע איז דורכגעפאלן און זיי טוהן עס אויספארשן.

געוויסע וואס האבן עס מיטגעהאלטן לייוו זאגן אז די סטעידזש-1 ראקעט האט זיך אפגעטיילט א מינוט שפעטער ווי געפלאנט, וואס קען זיין אן אנדייטער אויף די גורם צו די דורכפאל.

כינע האט געפלאנט צו שיקן א ראבאטישע ספעיס שיף צו לבנה און אהיים ברענגען סעמפלס פון די זאמד, אבער מיט די יעצטיגע דורכפאל וועט די מיסיע הויפטזעכטליך ווערן אפגעשטיפט.

בילד: כינע איז דורכגעפאלן מיט ארויפשיסן ראקעט

 א חלק פון די ארטיקל איז גענומען פון זאכליך פון אייוועלט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל