וואשינגטאן – וואשינגטאן - א דעמאקראטישער קאנגרעסמאן זאגט אז ער האלט אז קאנגרעס דארף אפהאלטן פארהערן איבער׳ן דיעל וואס ״עמעזאן״ האט געשלאסן אפצוקויפן דעם מאסיוון נאציאנאלן גראסערי געשעפטן נעץ ״האול פודס״. קאנגרעסמאן דעיוויד סיסיליין פון ראוד איילאנד זאגט אז אזא אפקויף אין ווערד פון פערצן ביליאן דאלער, וועלכע איז געמאלדן געווארן מיט א חודש צוריק, וועט האבן אן אומבאגרייפליכן אימפאקט אויף דער אמעריקאנער גראסערי אינדוסטריע, ארויסווארפנדיג פילע קליינע גראסעריס פון ביזנעס, איז דעריבער וויכטיג אז קאנגרעס זאל זיך דערגרונטעווען אינעם דיעל און הערן פון עמעזאן אליינס און פון אינדוסטריע עקספערטן איבער׳ן אפעקט. אויך, זאגט ער, דארף קאנגרעס מאכן זיכער, אז דאס וואס עמעזאן נעמט איבער האול פודס, איז טאקע א לעגאלע געשעפט, און זיי מוזן באקומען א פארשפרעכונג אז ס׳וועט ברענגען ביליגערע פרייזן פאר קאנסומערס.


 בילד: קאנגרעס וויל עמעזאן-האול פודס פארהער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל