דורך טרויבן88

מ'האלט יעצט נאך די טויט פון דעם העלבראנץ, און אלעמאל ווען עפעס פאנגט זיך אן קאכן און די קהילה, קומען זיי צוריק ארויס אויפ'ן אויבערפלאך. צי עס איז א דאקומענטערי, אדער א פרישע סכסוך מיט די רעגירונג, אדער לעצטנס אז מען ציעט זיל אריבער יעדן שני וחמישי, רעדט מען פריש איבער די קהילה. צי עס איז א קולט אדער נישט, איז גור אויך אזוי? אדער נאר סאטמאר, וכו'.

איך טראכט אייביג צי מיר איבער וואס ס'גייט דא פאר?

די אלע מענטשן-רעכט פארלעצונגען וואס העלבראנץ באגייט, איז יעדער מודה אז ס'איז עק וועלט. (און פארשטייט זיך ס'איז דא עקסטרעמע וואס האלטן אז העלבראנץ פירט זיך ריכטיג... אבער איך וועל נישט אריינגיין דערין יעצט.) איז פארוואס- פונקטליך פארוואס - ווען העלבראנץ טוט עס, איז יעדער דא צו זאגן אז עס איז א אפגעפרעגטע זאך, אבער ווען אונז טוען די זעלבע זאך איז עס בסדר?

קלער איך אז די פראבלעם איז, אז בעצם אין טעאריע איז יעדער מודה (פארשטייט זיך נישט יעדער... נאר די געדאנק...) אז די ריכטיגע וועג פון לעבן איז צו טון נאר די רצון השם, 365/7/24 און גארנישט אנדערש, נאר יעדע זאך וואס מיר טוען זאל זיין זיך אנצוגרייטן צום עולם הבא. נאר מיר האבן זיך אדאפטירט צו די ענווייראמענט ווי אונז וואוינען, און למשל אנגעפאנגען ארבייטן. ס'איז שוין פארהאן וואס האלטן אז מען ברויכט לערנען אלגעמיינע לימודים אויך; אונז האבן שוין אפילו סקולס פאר מיידלעך (א זאך וואס מען האט אמאל געהאלטן קלאר אז עס איז אסור). וכו'.

די מציאות - למעשה - האט זיך אבער ארויס געשטעלט, אז די עקסטרעמיסטן האבן נאך אלץ די קאנטראל אויפ'ן שטייסל. פארשטייט זיך אז דא-דארט האט די נארמאלע געזעלשאפט א געווינס, אבער די עסקנים האבן די קאנטראל. שטעלט זיך א שאלה פארוואס? פארוואס - למשל - אויב 80 פראצענט עלטערן האלטן אז מען זאל לערנען אלגעמיינע לימודים - על כל פחות מער ווי מען לערנט יעצט, איז פארוואס פאסירט עס נישט אין 80 פארצענט פון די מוסדות?

די ענטפער - לדעתי, איז גאנץ פשוט. אונז אליינס זעמיר צעמישט צו עס איז אויסגעהאלטן אז מיר לעבן אויף די וועלט כדי צי קענען ענגליש? וואס וועט דאס אונז העלפן אויף עולם הבא? ממילא מוזן זיך די נארמאלע מענטשן פלאגן צו מסביר זיין אז מ'ברויכט לערנען אלגעמיינע לימודים פאר פרנסה (וואס איז פארשטייט זיך אויך אמת), און פארטיידיגן אנטקעגן יעדער וואס זאגט אז מען האט דזשאבס אנדעם וכו'. דאס איז נאר א קליין דוגמא, אבער לסיכום איז די פראבלעם אז רוב מענטשן לדעתי זענען נישט גענוג שטארק, און עס איז נישט פארהאן גענוג דעקונג פון די תורה פאר א מערב וועלט לעבן, און די תורה שטעלט פאר א קלארע מיטל-אלטער לעבן, ממילא האבן מיר נאר געטוישט פאקטישע זאכן, און (אלץ א צווייטע תנאי) נאר ווען מיר זענען געווען געצווינגען, ווי למשל מען האט געעפענט א מיידל שולע, וואס אמאל איז נישט געווען ווייל מ'האט געהאלטן אז די תפקיד פון א פרוי - באזירט אויף די תורה - איז צו רייניגען די שטוב און האבן קינדער. האט מען זיך באזעצט אין אמעריקא, און מען האט געזען אז עס איז נייע צייטן און דא מוז יעדער גיין אין שולע, אינגל און מיידל, און עס איז שוין נישט אמאל... האט מען געעפענט א סקול (נישט אז עס איז פערפעקט, די צייט שטופעריי, אין די יעדע צווייטע טאג איז נישט דא קיין סקול, אויך לעניות דעתי להסיבה האמור לעיל, ואין המקום להאריך), "אבער די טעאריע האט זיך נישט געטוישט", נאר מען האט געעפענט א סקול, אבער אונזער שיטה וואס די תפקיד פון א פרוי איז, במקומו עומד.

די פראבלעם איז עפעס וואס לויפט אונז נאך און וועט אונז האלטן און איין נאכלויפן...

איז געקומען איינער העלבראנץ, גראדע לפי עניות דעתי "נישט קיין משוגענער" (פארשטייט זיך מיט זיינע בעיות...), און ער זאגט אז כלל ישראל האט א פראבלעם מיט די וועלט, ממילא האט עטס געטוישט געוויסע זאכן למעשה... עטס לערנטס ענגליש צו באקומען פראגראמען? איך דארף נישט קיין פראגראמען... עטץ האטס א מיידל סקול וויל די לאקאלע געזעץ פארלאנג עס? איך וועל גיין צו א פלאץ ווי עס איז דא א לאך אין די סיסטעם, און מען דארף נישט לערנען מיט די מיידלעך. מ'וועט עס רופן האום סקולינג. עטס האטס א פראבלעם צו שלאגן אזוי ווי אין די גמרא'ס צייטן ווייל עטץ האטס מורא פון פאליציי? איך האב א קולט און ס'וועט נישט אנקומען צי די פאליציי. רופטס עס אן קולט רופטס עס אן שמולט, זאגטס אז מען שלאגט, און מיר וועלן זאגן אז נישט,

און אונז, כלל ישראל, קענען זיך פארשטעקן דאס קאפ פאר בושה, ווייל אין פרינציפ האלטן מיר די זעלבע, נאר מיר ווילן לעבן א נארמאלע לעבן און נישט ארומפּעדלען די וועלט פאר א פלאץ... די גאנצע ארטאדאקסישע אידנטום האלט די זעלבע ווי העלבראנץ!

איז - לדעתי - דאס די סיבה פארוואס מיר טראכטן אייביג אז לב טהור איז א קולט... פארוואס? כדי זיך צי אליינס פארדעקן און זיך באקוועם מאכן. נישט צי דארפן קלארשטעלן הלכות אויפן היינטיגן מצב. ווייל בעצם האלטן מיר די זעלבע, און מיר פראבירן צו טראכטען אז ניין, אונז קענען אזאלכע זאכן נישט טון...

בילד: כלל ישראל און קהלת לב טהור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל