וואשינגטאן – די רעפובליקאנער פירער אינעם סענאט האבן נעכטן ארויסגעשטעלט די נייעסטע ווערסיע פון זייער פלאן אפצושאפן אבאמאקעיר און אריינשטעלן נייע רעגולאציעס, א ציל און קאמפיין פארשפרעכונג פאר די רעפובליקאנער און פרעזידענט טראמפ, וועלכע פארשלעפט זיך שוין פאר פיל לענגער ווי זיי האבן געפלאנט און געהאפט. אבער ווי עס זעט אויס, וועט אויך דער יעצטיגער פלאן דורכפאלן.

די נייעסטע ווערסיע לאזט אין קראפט עטליכע שטייערן וואס זענען איינגעשטעלט געווארן דורך אבאמאקעיר, אריינגערעכנט א 3.8 פראצענט שטייער אויף אינוועסטמענט פארדינסטן פון מענטשן וועלכע פארדינען יערליך מער ווי 200,000 דאלאר, וואס די געלטער וועלן גענוצט ווערן אויף צו דעקן די מיליאנען אמעריקאנער וועלכע האבן באקומען מעדיקעיד אונטער אבאמאקעיר.

דער "טעד קרוז אמענדמענט" ליגט אין דער נייער ווערסיע, וואס זאגט אז אן אינשורענס פירמע וואס שטעלט צו אינשורענס פלענער וועלכע פאלגן אויס אלע אבאמאקעיר רעגולאציעס, זאל אויך מעגן פארקויפן פלענער וואס שטעלן זיך נישט צו צו די רעגולאציעס. לויט קרוז וועט דאס ברענגען, ס'זאלן זיין עוועילעבל ביליגע פלענער פאר יונגע און געזונטע אמעריקאנער.

ווי געשריבן זעט אבער נישט אויס אז דער ביל האט צופיל שאנסן דורכצוגיין, ווייל מ'האט שוין נעכטן געהערט פון דער מעסיגער רעפובליקאנער סענאטארשע, סוזען קאלינס, און דער קאנסערוואטיווער רעפובליקאנער סענאטאר, רענד פאול, אז זיי וועלן עס נישט שטיצן. קאלינס שטיצט עס נישט, ווייל ס'שניידט ווייטער אסאך מעדיקעיד געלטער, און פאול שטיצט עס נישט, ווייל עס לאזט פאקטיש אבאמאקעיר אין קראפט.

די סענאט רעפובליקאנער דארפן האבן 50 סענאטארן צו שטימען אויפ'ן ביל, און זיי האבן 52 סענאטארן, וואס צוויי דערפון, קאלינס און פאול, האבן שוין געזאגט אז זיי וועלן נישט שטימען דערפאר. די רעפובליקאנער וועלן אבער סייווי דערווייל נאכנישט שטימען אויפ'ן ביל, ווייל זיי וועלן ווארטן אויף אן אפשאצונג פון די "קאנגרעס בודזשעט אפיס", וועלכע וועט שאצן פונקטליך וואספארא אפעקט דער נייער ביל וועט האבן.

בילד: סענאט רעפובליקאנער שטעלן ארויס נייעם העלט-קעיר רעפארם פלאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל