אַ גאָר געהויבענעם און גייסטרייכן שבת קודש איז פאריבער בראשות הגה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א, בן כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וועלכער האָט געוויילט פארגאנגענעם שב"ק פרשת שלח, מברכין החודש תמוז, בתוככי אנ"ש, לכבוד דעם באנייאונג וחנוכת הבית פונעם צייטלווייליגן נייעם ביהמ"ד בית יעקב נחמי' בשכנות עצי תמרים קארלסבורג.


אנ"ש זענען נאך אונטער דעם געוואלדיגע התרגשות פונעם געהויבענעם שב"ק וואס עס נישט מעגליך צו באשרייבן און שילדערן, און אוודאי נישט אויף אזא קורצן פארמאט, מיר וועלן בלויז ארפברענגען די טרוקענע פאקטן, און כיבודים פונעם גייסטרייכן שב"ק בראשות הגה"צ שליט"א.

פרייטאג צונאכטס האט הגה"צ רבי יואל שליט"א געדאווענט אין ביהמ"ד הגדול, ווי עס איך זיך צוזאמגעקומען א ריזן ציבור פון אלע עקן שטאט מיטצוהאלטן די געהויבענע תפלות, צו מנחה האט יורד געווען לפני התיבה הגה"צ רבי יואל שליט"א, קבלת שבת האט געדאווענט מוה"ר אברהם יודא פיש הי"ו, מרביץ תורה במוסדותינו הק', נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער גוט-שבת זאגן אין צונעמען שלום פונעם גרויסן גאסט.

שבת אינדערפרי איז הגה"צ רבי יואל שליט"א אריבער דאווענען צום נייעם ביהמ"ד בית יעקב נחמי', הגה"צ שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די באשטימטע צייט 9:45 און פארגעזאגט ברכות, און דערנאך איז צוגעגאנגען דער בעל תפלה הרה"ח ר' הערשל מאנן הי"ו וועלכער האט פארגעדאווענט פסוקי דזמרה, צו תפלת שחרית האט הגה"צ רבי יואל שליט"א יורד געווען לפני התיבה און פארגעדאווענט מיט א נעימות און דערהויבנקייט.

פאר קריאת התורה האט הגה"צ רבי יואל שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה לרגל דעם חנוכת הביהמ"ד, ווי הגה"צ שליט"א האט ארומגערעדט איבער די שמחה פון פתיחת הביהמ"ד, און שטארק מעורר געווען איבער דעם חיוב פון אלע מתפללים סיי צו זיין א משפיע צו האבן דעם אייגענעם אחריות צוצוגעבן צום ביהמ"ד ברוחניות ובגשמיות, און סיי צו מקבל זיין צום הנהגת ביהמ"ד און זיך צושטעלן מיט די תפלות ולימוד התורה, אזוי ווי רביה"ק האט געפאדערט פון עדת צאן מרעיתו צו דאווענען דייקא אין די אייגענע בתי מדרשים, באזונדער האט ער גערעדט אז מען דארף אראפשטעלן דעם יסוד אין ביהמ"ד גלייך פון אנהויב עס זאל זיך פירן ווי עס דארף, און מען זאל אכטונג געבן אויף קדושת ביהמ"ד, און נישט אריינברענגען קיין דברים בטילים וועלכע שטערן דעם קדושת ביהמ"ד, און אויסגעפירט מיט א ברכה אז מען זאל בקרוב זוכה זיין אז דער ביהמ"ד זאל נקבע ווערן באר"י בביאת משיח צדקינו.

ביי קריאת התורה זענען מכובד געווארן די נדיבים בעם וואס האבן ביישטייערט להוצאת הביהמ"ד:
  • פתיחה – מו"ה הערשל סאנדעל הי"ו
  • כהן – מו"ה וואלף קאהן הי"ו, לוי – מו"ה ישראל חיים קרויס, גבאי בביהמ"ד הגדול וחבר הנהלת הקהלה
  • שלישי – הרה"ג ר' יואל ברוין שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד
  • רביעי – מו"ה שמואל מאיר האלצער הי"ו
  • חמישי – מו"ה משה חיים שטעסל הי"ו
  • שישי – הגה"צ רבי יואל שליט"א
  • שביעי - מו"ה יעקב מנחם דייטש הי"ו, חבר הנהלת הקהלה
  • הוספות – מו"ה שמואל נתנאל יאזשעף הי"ו, מו"ה שלום יושע וואלטער הי"ו, מו"ה משה שלום יאקאבאוויטש הי"ו
  • אחרון – מוה"ר מענדל שווימער הי"ו, ראה"ק
  • מפטיר – הב' בן מו"ה יקותיאל מאיר גראס הי"ו
  • הגבה – מו"ה משה יצחק גליק הי"ו גבאי ביהמ"ד
  • גלילה - מו"ה יושע אליעזר שטויבער הי"ו, מזכיר קהלתינו הק'.


ביי די עליות זענען נדנתב געווארן סכומים הגונים פארן ביהמ"ד, פאר נר למאור, חברת תהלים, קרן הבנין און נאך וואס איז אויפגענומען געווארן ביים ציבור מיט גרויס פרייד.

דערנאך האט הגה"צ רבי יואל שליט"א געבענטשט ראש חודש תמוז, און מיט מוסף איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יואל ברוין שליט"א, דומ"ץ הביהמ"ד.

נאכן דאווענען איז געווען א גרויסארטיגע קידושא רבא לכבוד די חנוכת הביהמ"ד, ווי עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח חיים אהרן פלאהר הי"ו, מגבאי הביהמ"ד, ווי ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה ביי תושבי השכונה פונעם עפענונג פונעם נייעם ביהמ"ד, אין דערמאנט אז די ביהמ"ד איז נאר צייטווייליג אין מען האפט אז בעז"ה וועט מען אויפצושטעלן דעם בנין החדש ומקוה המפוארה וואס וועט זיין לשם ולתפארת פאר קהלתינו הק', דאן האט דער גאנצער ציבור ספאנטאן אויסגעשאסן אין הילכיגן געזאנג "בורא עולם בקנין השלם זה הבנין".

דערנאך איז הגה"צ רבי יואל שליט"א אריבערגעגאנגן אין ביהמ"ד טאהש צום קידוש לרגל הולדות הבת ביי הרבני הנגיד מגדולי העסקנים דקהלתינו הק' ר' יואל גרינהוט הי"ו.

א ריזן ציבור איז זיך צוזאמגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אויסצוהערן די דברי פי חכם חן צו די דרשת פרקי אבות, בעפאר 8 אזייגער איז הגה"צ רבי יואל שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צום שיעור בפרקי אבות, און ארומגערעדט אין פארשידענע ענינים, קביעת עתים לתורה, חינוך הבנים, שמירת עינים, און נאך, בתוך דבריו האט ער ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע אויפוואכונג וואס דער כינוס הרבבות האט געמאכט ביים ציבור איבער די שרעקליכע גזירת הגיוס, און געבעטן דעם ציבור זיך משתתף צו זיין בגוף ובממון ביים מעמד הצלת נשמות, וואס קומט פאר די וואך דינסטאג לטובת די בארימטע מרכז הצלה, צום סוף האט הגה"צ שליט"א דערמאנט דעם ציבור צו ערפילן פקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א זיך אנצושליסן מיט $1,800 להצלת מוסדותינו הק'.

דערנאך האט מען געדאווענט מנחה, דער בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' שלמה יואל גאלדשטיין הי"ו, גבאי ביהמ"ד הגדול, כהן האט עולה געווען מו"ה שמואל דוד בירנבוים הי"ו, לוי – מו"ה ברוך יודא טירנויער הי"ו, פון בארא פארק, שלישי, מו"ה יושע אליעזר שטויבער הי"ו, מזכיר קהלתינו הק', הגבה – הגה"צ רבי יואל שליט"א, גלילה – הר"ר יקותיאל הערש יאקאבאוויטש שליט"א, ראש מנהלים במוסדותינו הק'.

נאכן זיך וואשן צו שלש סעודות האט הגה"צ רבי יואל שליט"א, אָנגעהויבן מיט התעוררות די זמירות, וואס האט נאכגעפאלגט מיט גרויס התרגשות די פסוקי קבלת עול מלכות שמים, דאן האט הגה"צ רבי יואל שליט"א משמיע געווען ווארימע דברי תורה מתובל מיט דברי מוסר על פרשת השבוע, און שטארק מעורר געווען בעניני שמירת עינים, און אז מען זאל זיך נישט חלילה אריינלייגן אין קיין נסיונות, און אויסגעפירט איבער די פרשת מרגלים וועלכע האבן געמיינט אז זיי קענען זיך אליינס אריינלייגן אין נסיונות און טראץ וואס זענען געווען גרויסע מענטשן זענען זיי נכשל געווארן, און אז דער איינציגסטער וועג איז צו זיין דבוק אין צדיקים הקודמים וואס מיט דעם קען מען זיך האלטן אין די שווערע נסיונות, דאן האט הגה"צ רבי יואל שליט"א געבענטשט על הכוס.

מעריב האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' יודא לייב פלאהר הי"ו, דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן א גוטע וואך.

במשך דעם גאנצן שב"ק האט געהערשט א געהויבענען אטמאספער אין ביהמ"ד, דער ערשיינונג פונעם גרויסן גאסט האט אויפגעהויבן די גאנצע קהלה, און האט אריינגעבלאזן א חיות דקדושה פאר אלע אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך דערקוויקט מיט די דברי תורה ודרשות, מיט די ווארימע תפלות, און מיט דעם עצם ערשיינונג פון הגה"צ שליט"א בקרב קהלתינו אויף שבת קודש.

כל הקהל הקודש וואס האט מיטגעלעבט און מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם שבת זענען נאך אונטער רגשי קודש וואס וועט בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פאר לאנגע טעג און וואכן, אנ"ש קוקן ארויס דאס זאל זיין אן התחלה פון התרוממות קרן הקדושה בתוככי קהלתינו הק', און דער געהויבענער שב"ק זאל ברענגן ווייטערדיגע פעולות די קהלה קדושה זאל זיך קענען פירן און פאָרזעצן ווייטער בדרך שהורה לנו אותו זקן מייסד הקלה מרן רבינו הקדוש זי"ע והנמשכת בגאון ועוז ע"י מרן רבינו שליט"א עד ביאת הגואל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל