א שווארצע גריזלי בער, האט אומגעברענגט א יונגטליכער אין אלאסקע. די אינצידענט האט פאסירט דעם זונטאג ווען א בער האט אטאקירט א יונגטליכע, וועלכער האט זיך באטייליגט אין א ספארטיווע פארמעסט אויף ביציקלעך. דער 16 יעריגער פעטריק קופער, איז געפארן אויף זיין בייק אין א דעזערטירטע געגענט, און געשיקט א טעקסט מעסעדזש אז ער ווערט נאכגעפאלגט דורך א בייזע בער. ווען די ארגאניזירער זענען אנגעקומען, איז דער יונגנטליכער שוין געווען פארציקט, און זיי האבן דערשאסן דעם בער, אבער ער האט עס איבערגעלעבט און אנטלאפן.

הוסף רשומת תגובה