א רינג פון ארבייטער אין די סי-איי-עי הויפטקווארטירן זענען געכאפט געווארן מיט א אומגעווענליכע פארברעכן, זיי האבן אויסגעווינדלט די ווענדינג מאשינען און ארויסגעכאפט נאשעריי אומלעגאל, די רינג איז געווען אנגעפירט דורך א פיפיגער ארבייטער וועלכער האט אויפגעדעקט אז אויב מען טוט אויספלאגן א געוויסע קעיבל דאן קען מען נוצן די פרידאמפעי קארטליך אפילו עס איז נישטא קיין געלט דערויף, ער האט אויסגעלערנט זיינע חברים דערוועגן און צוזאמען האבן זיי שאדן געמאכט ארום 3000 דאלער, די באנדע איז געווארן אפגעזאגט, די סי-איי-עי האט קלאר געמאכט אז עס האנדלט זיך נישט פון קיין שפיאנען נאר ליבערשט מעינטענענס ארבייטער אין די געביידע.

בילד: סי-איי-עי ארבייטער גנב׳נען נאשעריי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל