וואשינגטאן – נעכטן אינדערפרי האט דער העכסטער סופרים קאורט אין אמעריקע ארויסגעגעבן אן אורטייל וועלכע וועט האבן א ווייטגרייכנדע פאזיטיווע אפעקט אויף מוסדות התורה איבער'ן לאנד, עפענענדיג די מעגליכקייט פאר פרישע פינאנציעלע הילף פון דער פעדעראלער רעגירונג אויפצובויען נייע געביידעס, אהערשטעלן פארשידענע איינריכטונגען לטובת די תלמידים ותלמידות, און האפנטליך עטוואס פארלייכטערן דעם פינאנציעלן עול פון די הנהלות פון די מוסדות און די עלטערן.

ווי באריכטעט נעכטן, איז דער אורטייל געקומען אויף א קעיס איבער א קירכע אין מיזורי, וועלכע האט געקלאגט זייערע סטעיט רעגירונג באאמטע נאכדעם וואס די סטעיט האט זיך אנטזאגט צו געבן געלטער פאר א שפיל-פלאץ וואס די קירכע האט געוואלט אוועקשטעלן. די סטעיט האט גע'טענה'ט אז די קאנסטיטוציע ערלויבט נישט די רעגירונג צו שטיצן רעליגיע, אבער די קירכע פירער האבן געזאגט אז די געלטער וועט גיין פאר א שפיל-פלאץ פאר קינדער, וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט דער רעליגיע פראקטיצירונג.

דער סופרים קאורט'ס אורטייל איז געקומען 7 ריכטער קעגן 2, ווען די מאיאריטעט ריכטער האבן געשטימט צו געבן גערעכט פאר דער קירכע, און הויפט ריכטער ראבערטס האט געשריבן, "צו אנטזאגן פאנדינג פאר'ן שפיל פלאץ בלויז ווייל ס'איז פאר א קירכע, איז לעכערליך און גאר קעגן דער קאנסטיטוציע" – אין רעאקציע צום אורטייל האט מען געהערט סטעיטמענטס פון פארשידענע אידישע ארגאניזאציעס און אקטיוויסטן, מיט באגריסונגען און האפענונג אז דאס וועט טאקע פירן צו מער פינאנציעלע הילף פאר מוסדות התורה איבער'ן לאנד.

בילד: זיג פאר מוסדות התורה מיט היסטארישן סופרים קאורט אורטייל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל