לאנדאן – בריטישע פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, האט געשלאסן אן אפמאך מיט די צפון אירלאנד "דעמאקראטיק יוניאניסט פארטיי" אז זיי וועלן זיך אנשליסן אין איר רעגירונג, כדי זי זאל האבן די מינימום מאיאריטעט וואס עס פעלט זיך אויס צו בלייבן ביי דער מאכט, און אין אויסטויש האט מעי אוועקגעשטעלט צו געבן איין ביליאן פונט פאר דער לאקאלער רעגירונג אין צפון אירלאנד (א בריטישע טעריטאריע). איז ארויסגעקומען אן אינטערעסאנטער חשבון וואס עטליכע בריטישע זשורנאליסטן האבן זיך געמאכט, ווי פאלגענד: אין די פארלאמענט וואלן האבן 18,566,218 מענטשן געשטימט פאר אנדערע פארטייען, נישט די קאנסערוואטיווע פארטיי פון טעריסא מעי. אויב מעי האט געוואלט באקומען די אלע אכצן און א האלב מיליאן שטימען, און זי וואלט יעדן פון די וויילער געגעבן פופציג פונט אפצוקויפן זייער שטימע, וואלט זי געדארפט אויסגעבן 928,310,900 דאלער, וואס איז נאך אלץ ארום איינס און א האלב מיליאן פונט ווייניגער ווי די 1 ביליאן דאלער וואס עס האט איר געקאסט איבערצורעדן די צפון אירלאנד פארטיי זיך אנצושליסן אין איר רעגירונג. נו, האט זיך געלוינט פאר מעי דאס געשעפט מיט יענע קליינע פארטיי? אדער וואלט זי ענדערש געדארפט קלערן פון משחד זיין מיט געלט די אלע אכצן און א האלב מיליאן וויילער בעפאר די וואלן זענען פארגעקומען? קען זיין משחד זיין וואלט בעסער געארבעט, אבער זי וואלט זיכער געזעסן יעצט אויף א הארטן בעטל אין א טורמע צעל, נישט אויפ'ן פרעמיער מיניסטער שטול.

בילד: האט זיך געלוינט פאר טעריסא מעי דער דיעל?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל