פון: פיינע נייעס

דער נייער יונגער און ענערגישער פרעזידענט פון פראנקרייך עמנואל מאקראן איז גאר פאפולער אין פראנקרייך און האט געווינען אצינד א מערהייט אין פארליאמענט, אבער זיין נייע רעגירונג האט זיך שוין אנגעשטויסן אין פראבלעמען, און אזויפיל ווי 4 פון זיינע מיניסטארן זענען שוין געווען געצווינגען צו רעזיגנירן צוליב קארופציע קלאנגען, דאס רעכנט אריין דער פארטיידיגונגס מיניסטער, יוסטיץ מיניסטער, און מיניסטער פאר אייראפעישע אנלעגנהייטן, לויט די באשולדיגונגען וועלכע ווערן יעצט אויסגעפארשט דורך די פאליציי האבן די באאמטע מיסברויכט געלטער וואס זיי האבן באקומען פון די אייראפעישע פאראיין צו באצאלן פאר געהילפן, דער פרעזידענט האט אנשטאט די מיניסטארן אויפגענומען 4 גאר קוואליפיצירטע מענטשן פון די פריוואטע סעקטאר, און דערמיט געבראכן נאך א פרעצעדענט מיט דעם וואס די רעגירונג איז מיינסטנס צונויפגעשטעלט פון פראפעסיאנעלע ביזנעסלייט און נישט קיין קאריערע פאליטיקאנטן.

בילד: נייע מאקראן רעגירונג אין פראקרייך געפלאגט פון סקאנדאלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל