א קאנוואי פון 44 פליכטלונגען וועלכע זענען אנטלאפן פון גהאנע (איינע פון ניגעריאַ) זענען געבליבן שטעקן אין סאהאר מדבר נאכדעם וואס זייער אויטא איז געווארן צובראכן, און זענען אויסגעאנגען פאר דארשט נאכדעם וואס עס איז נישט געווען קיין וואסער אין די געגענט און די זון האט זיי אפגעבראטן צום טויט. צווישן די אומגעקומען געפונען זיך 17 פרויען און עטליכע קינדער. דאס איז די לעצטע אין א רייע פון שוידערכליכע אינצידענטן אין וועלכע הונדערטער פליכטלונגען פון אפריקע פארלירן זייערע לעבנס ביים פרובירן צו אנטלויפן פון אייסיס.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל