די וועטער אויסקוק אין פלארידע פאר פרייטאג קוקט אויס צוגעגליכענט פאר אן ארויפשיס, אלזא ביז דערווייל גייען די פלענער פאראויס פאר די בולגאַריע סעטאליט ארויפשיס.

דאס איז די ערשטע קאמוניקאציע סאַטעליט פאר בולגאריע. ס'גייט ווערן פלאצירט אין די geo-stationary ארביט, 22 טויזנט מייל העכער די ערד, העכער בולגאריע. די סאַטעליט איז ערווארטעט צו ארבייטן פאר 15 יאר, און עס גייט אפקאסטן 235 מיליאן דאלער.

ספעיס-עקס גייט ניצן א ראקעט וואס איז גענוצט געווארן אין יאנואר פאר די ערשטע רונדע פון "אירידיום נעקסט" סאַטעליטן, און זיי פלאנען צו לאנדן די ראקעט צום צווייטן מאל אויף איר אייגענע פיס, אויף א שיף אין די אטלאנטיק אקעאן.


אין די זעלבע צייט גייט פאר די לעצטע הכנות פאר נאך א ספעיס-עקס ארויפשיס פון קאליפארניע, אויף זונטאג נאכמיטאג. די ציל פון די מיסיע איז ארויפצושיקן די 2טע רונדע פון 10 "אירידיום נעקסט" סאַטעליטן.

אויב גייט אלעס ווי געפלאנט, איז דאס די ערשטע מאל וואס א פריוואטע ספעיס פירמע שיסט ארויף 2 ראקעטעס אין א קורצע צייט אפשניט פון 48 שעה.

ספעיס-עקס פלאנט אויך צו לאנדן די ראקעט אויף א שיף אין די פאסיפיק אקעאן.

בערך א שעה נאכן ארויפשיסן, גייט די ראקעט ארויסלאזן די סאַטעליטן איינס ביי איינס אפגעטיילט 90 סקונדעס צווישן יעדע, ביז אלע 10 וועלן זיין דיפלויד.

אירידיום איז א סאַטעליט קאמוניקאציע פירמע וואס אפערירט אין LEO (נידעריגע ערד ארביט). זיי האבן א פלאטע פון 72 סאַטעליטן וואס דרייען זיך ארום די וועלט יעדע 100 מינוט, און גיבן קאמוניקאציע פאר יעדע פלאץ אויף די וועלט.

זיי ריפלעיסן יעצט די ערשטע פלאטע סאַטעליטן וואס איז שוין זייער אלט, מיט א נייע אפגרעידעט ווערסיע פון די סאַטעליטן. פארדעם רופן זיי עס "אירידיום נעקסט", אלס די נעקסטע גענעראציע. 

אירידיום סאַטעליטן זענען אויך באקאנט צוליב די בליטשקעס וואס עס פראדוצירט אויף די הימל, און ביי געוויסע פעלער קען מען עס אפילו זעהן בייטאג. 

אירידיום האט צוגעטיילט פאר ספעיס-עקס אלע מיסיעס צו ארויפשיסן די נעקסטע גענעראציעס סעטעלייט, צו א טאטאל קאנטראקט פון א האלב ביליאן דאלער.



נאכפאלגענדע ארויפשיסן:
  • א "Polar Satellite Launch Vehicle" פון אינדיע
  • א סויוז פון רוסלאנד
  • צוויי פאלקאן 9 ראקעטן
  • אריאנא 5 פון די פראנצויזישע גיאַנאַ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל