מאנטרעאלע אידן דרוקן זיך אויס "דאס איז היסטאריש!"

העסקן רבי מנחם פייג צו אידישער ווינקל: אזאנס האט שוין נישט פאסירט פאר די לעצטע 30 יאר!

פון שמילי פערל, מאנטרעאל, צו אידישער ווינקל

היימישע מוסדות התורה אין מאנטרעאל האבן געהאט די עהרע אויפצונעמען א חשוב'ע גאסט צווישן אירע ווענט, נעמליך דער עדיוקאציע מיניסטער פון קיובעק, סובעסטיען פראו און זיין שטאב פון מיניסטארן און וויכטיג-מאכער. וואס האט די לעצטע ווארט איבער פראגראמען, עדיוקאציע אויפפאדערונגען און זאכן וואס מען דארף לערנען.

קיובעק איז די פראווינץ אין קאנאדע ווי עס וואוינען גאר אסאך אידן, און דארונטער היימישע אידן ווי אין מאנטרעאל, טאהש וכדו' עס איז די איינציגסטע פראווינץ אין קאנאדע ווי מען רעדט און פירט אלעס אויף פראנצויזיש, און דעריבער ליידן זיך היימישע מוסדות גאר אסאך צוזאם צוליב וואס מען קומט נישט נאך די שטאטישע פאדערונגען פון לערנען פראנצויזיש, און אידישע מוסדות ווערן נאכאנאנד אראפגעריסן אין די אלגעמיינע מידיע אז מען לערנט מיט די קינדער גארנישט, און די קינדער וואקסן נישט נישט ארבעטנדיג און אזוי ווייטער.

מאנטרעאלע איינוואוינער געדענקען נישט אז א עדיוקאציע מיניסטער זאל אראפגעבן א באזוך אין מוסדות פון היימישע אידן, זייענדיג פון די קלענערע רעליגיעזע גרופעס אין אזא באוואוינטע פראווינץ.

דעריבער איז עס געווארן א פריידיגער טומל אז דער מיניסטער האט אנגענומען די איינלאדענונג און איז געקומען.

די עסקנים האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט אויפצואווייזן פארן מיניסטער וואספארא געמיינע שקרים מען פארקויפט און פרעדיגט אויף די היימישע מוסדות, און עס האט זיך דערקענט די איבעראשנדע מינעס אויף די געזיכטער פון דער מיניסטער און זיין שטאב.

מען האט אים געפירט ערשט צו די ארט געלערי אין בעלזא'ער עלעמענטערי מיידל שולע, ווי ער האט באזוכט אלע קלאס-צימערן און געהערט באריכטן וואס איבער די לערנונגען. מען האט אים סערווירט מיט א רייכע פרישטאג זיצנדיג מיט די פירער און מנהלי המוסד, און פון דארט איז מען געגאנגען צו די ישיבה גדולה ווי זיי זענען געוויזן געווארן פאר איבער א האלבע שעה, אינטערסאנטע סייענטיפישע און אינטערסאנטע דערגרייכונגען אהערגעשטעלט דורך די קינדער, ער האט געהערט שיינע פארשריט רעדעס דורך די לערער און לערערינס, און געקוואלן צו הערן.

זיי האבן מיטגעהאלטן די פארשריט אין די פראנצויזישע שפראך לערנונגען, אויסדרוקנדיג קענטליכע התפעלות איבער זייערע מינימאלע וויסנשאפט איבער היימישע מוסדות התורה.

זיי האבן פארשפראכן צו האבן א שטארקערע צוזאמענארבעט, און מער ארויסהעלפן די מוסד מיט געלט, און שטיצע.

העסקן ר' מנחם פייג וועלכער האט באגלייט דעם מיניסטער האט געזאגט צו אידישער ווינקל "איך האב דאס נאכגעפארשט ביי מאנטרעאלע עלטערע איינוואוינער, מען געדענקט נישט אזא זאך ד לעצטע 30 יאר, עס איז געווען א געוואלדיגע שטופ פאראויס, און האט געמאכט א אמת'ע קידוש השם.

בילד: קיובעקער עדיוקאציע מיניסטער אין א היסטארישע באזוך אינערהאלב חרדי'שע מוסדות התורה אין מאנטרעאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל