וואשינגטאן – די סופרים קאורט האט היינט מאנטאג געאורטיילט לטובת די מיזורי קירכע. די קעיס וועט האבן פאטענציעלע ווייטגרייכנדע קאנסעקווענצן.

דער קעיס איז געווען איבער א מיזורי קירכע וועלכע האט געקלאגט פארוואס די מיזורי סטעיט באאמטע האבן אנטזאגט צו געבן געלטער אויפצובויען א פארק נעבן דער קירכע. די סטעיט האט גע'טענה'ט אז זי גיט נישט דאס געלט ווייל ס'איז א קירכע, אבער די קירכע האט גע'טענה'ט אז דער פארק גייט גארנישט האבן מיט רעליגיע, נאר וועט פשוט זיין אויף זייער פראפערטי.

דער סופרים קאורט האט געאורטיילט אז די קירכע פירערשאפט איז גערעכט. דאס וועט שטארק איינציען די ביז יעצטיגע "צעטיילונג פון רעגירונג און רעליגיע", און וועט עפענען די מעגליכקייט פאר מוסדות התורה צו באקומען פעדעראלע רעגירונג געלטער אויף זייטיגע פראיעקטן וועלכע האבן נישט דוקא מיט די לימודים.

בילד: די סופריים קארט האט געאורטיילט לטובת די קירכע אין מיזורי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל