די לעצטע יאר גייט אינדיע אריבער א שווערע טרוקעניש. פולע פעלדער האבן נישט ארויסגעגעבן קיין תבואה, און א שרעקליכע מאנגל אין וואסער פלאגט די פארמער וועלכע הייבט די קאסטן פון פלאנצן תבואה. דעריבער איז אנטשטאנען פראטעסטן פון די פארמער קעגן די רעגירונג וועלכע רופן צו הייבן די מינימום פרייז וואס די אינדיער רעגירונג לייגט ארויף אויף תבואה און גרינצייג. די פראטעסטן זענען געווארן גאר ווילד און מינימום 5 פראטעסטירער זענען אומגעקומען פון פאליציי שיסעריי.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל