א 17 יעריגע מוסלעמענע מיידל איז אומגעקומען אין ווירדשיניע נאכ׳ן ווערן פארכאפט און געפייניגט. די אינצידענט האט פאסירט נאכדעם וואס נאַבראַ חוסעין (Nabra Hussein) האט שפאצירט מיט א גרופע פריינט, און זענען געווארן פארמישט אין א געפעכט מיט א טראק דרייווער. דער דרייווער, דאַרווין מאַרטינעז טאָררעס (Darwin Martinez Torres), איז ארויסגעקומען און איר אטאקירט, און דאן איז זי פארשוואונדען געווארן. דער 22 יעריגער דריווער איז ארעסטירט געווארן, און ווערט אנגעקלאגט אין מארד. שפעטער איז די קערפער פון דאס מיידל געפונען געווארן אין א דערענעבנדיגע טייך, און צייכנס אויף איר קערפער צייגן, אז זי איז געפייניגט געווארן. די פאליציי האלט זיך דערווייל אפ פון באשטעטיגן, אויב עס האנדלט זיך פון א האסן פארברעכן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל